פענסילוועניע – פאליציי אויטאריטעטן אין פענסילוועניע האבן געעפנט אן אויספארשונג קעגן א פאליציי אפיציר, נאכדעם וואס עס איז אויפגעכאפט געווארן אויף ווידעא וויאזוי יענער אפיציר נוצט א "טעיזער" גאן אויף אן אומבאוואפנטן שווארצן מאן. די ווידעא איז געכאפט געווארן דאנערשטאג דורך א פארבייגייער אין לענקעסטער, פענסילוועניע, און מ'זעט דערויף דעם אפיציר נוצן זיין טעיזער גאן קעגן דעם אומבאוואפנטן שווארצן, וועלכער זיצט אומשעדליך אויפ'ן סיידוואלק. די ווידעא פונעם אינצידענט איז שוין געזען געווארן דורך מיליאנען אמעריקאנער בירגער, און האט געברענגט פריש אויפברויז, איבער דער פארשפרייטונג פון פאליציי ברוטאליטעטן קעגן שווארצע און אנדערע מינאריטעטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל