אריזאנע – ספעציעלע צערעמאניעס זענען פארגעקומען אין אריזאנע, צו באעהרן די ניינצן פייערלעשער וועלכע זענען אומגעקומען ביים באקעמפן דעם מאסיוון וואלדפייער וואס האט אויסגעבראכן אין אריזאנע אין 2013, מיט פונקטליך 5 יאר צוריק. דאס פייער האט געברענט נעבן יארנעל, אריזאנע, און פארברענט נאענט צו הונדערט פופציג היימען. ווען די גרופע צוואנציג פייערלעשער, וועלכע זענען געווען באקאנט אלס "די גרענייט מאונטעין האטשאטס" פאר זייער עקספערטיז אין באקעמפן וואלדפייערן, זענען געברענגט געווארן צום ראיאן צו העלפן פארלעשן דעם פייער, זענען זיי פלוצלינג ארומגעצירקלט געווארן דורך די העלישע פלאמען און 19 פון זיי זענען אומגעקומען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל