ניו יארק סיטי – א פרישע אויפדעקונג ווייזט, אז איבער אכט הונדערט קינדער וואס וואוינען אין פובליק האוזינג אין ניו יארק סיטי זענען אין די לעצטע יארן אנגעשטעקט געווארן מיט געפארפולע שטאפלען פון בליי. די בליי פארפעסטיגונג קומט פון פארזשאווערטע וואסער-רערן און אנדערע פראבלעמען וואס פלאגן די האוזינג פראדזשעקט געביידעס לענגאויס די סיטי. די דעבלאזיא אדמיניסטראציע האט מודה געווען נעכטן איבער די פרישע ציפערן, וואס דאס קומט נאך לאנגע יארן וואס די דעבלאזיא אדמיניסטראציע האט פרובירט עס צו באהאלטן און זאגן אז ווייניגער ווי 20 קינדער זענען אנגעשטעקט געווארן מיט בליי אין די פראדזשעקטס.
הוסף רשומת תגובה