סיאטעל – די "האום דיפאו" האוזוועיר און הארדוועיר געשעפטן נעץ, פלאנירט אין די קומענדיגע פינף יאר צו אינוועסטירן 1.2 ביליאן דאלאר צו פארשטארקערן איר סופליי-קייט און דיסטריביושען מעגליכקייט, אין א פארזוך צו בלאקירן עמעזאן פון זיך אריינמישן אין דער אינדוסטריע אין וועלכע האום דיפאו ספעציאליזירט זיך – נעמליך "האום אימפראוומענט". די נייעס ווערט באריכטעט אינעם "וואל סטריט זשורנאל", וועלכע ברענגט ארויס אז די 1.2 ביליאן דאלאר וועט גיין אוועקצושטעלן 170 נייע דיסטריביושען צענטערן איבער'ן לאנד, וואס וועט ערלויבן ניינציג פראצענט אמעריקאנער בירגער צו באקומען "זעלבע טאג" דעליווערי פון האום דיפאו. אויסער דעם האט האום דיפאו שוין היי יאר אויפגענומען העכער טויזנט עקספערטן, בלויז זיך אפצוגעבן מיט זייער טעכנאלאגיע, צו פארבעסערן זייערע שיפינג און אנליין מארקעטס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל