וואשינגטאן – צווישן די ליבעראלע דעמאקראטן, האט זיך אין די לעצטע טעג פארשטארקערט א קאמפיין, וועלכע רופט גענצליך אפצושאפן די "אייס" אגענטור – וואס דאס איז דער פארקורצטער נאמען פון דער "אימיגראציע און קאסטומס ענפארסמענט" אגענטור, וועלכע אינפארסירט אימיגראציע געזעצן אין לאנד. דער קאמפיין האט באקומען פריש מאמענטום נאכ'ן געווינס פון די ליבעראלע אלעקסאנדריע אקעסיע-קארטעז אין ניו יארק סיטי, וואס דאס אפשאפן אייס איז א צענטער-פונקט פון איר קאמפיין. טראמפ האט קאמענטירט דערויף אין אן אינטערוויו, אז אויב די דעמאקראטן גייען לויפן אין די מידטוירם וואלן מיט דער אגענדע, גייען זיי זייער גרינג ווערן באזיגט.
הוסף רשומת תגובה