פלארידע – א מיאמי ביעטש איינוואוינער איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן אין פלאנירן אונטערצוצינדן און פארברענען די געביידע אין וועלכע ער וואוינט. דער 72 יעריגער וואלטער סטאלפער איז ארעסטירט געווארן אינמיטן שלעפן צוויי פלאסטישע קאנעס אנגעפילט מיט ברענשטאף אינעם גאראדזש פון דער געביידע אויף קאלינס עוועניו, און די פאליציי האט געטראפן נאך אכט פון די זעלבע קאנעס אין א מיסט קאסטן נעבן דער געביידע. איינוואוינער האבן אלארמירט די פאליציי איבער דעם, נאכדעם וואס ער האט געסטראשעט און געשריגן אז ער וויל אונטערצינדן דאס פייער "אומצוברענגען אלע אידן". סטאלפער האט געלייקנט און געזאגט פאר די פאליציי אז ער האט פשוט פלאנירט "א קליינע בארביקיו".
הוסף רשומת תגובה