וואשינגטאן – די אויספארשונג פון ראבערט מוללער איבער רוסלאנד'ס שריט ביי די יאר 2016 וואלן האט פרייטאג געברענגט פרישע רעזולטאטן, ווען עס זענען ארויסגעשטעלט געווארן קלאגעס קעגן פרישע 12 רוסישע פארשוינען. לויט דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין, וועלכער האט אויפזיכט אויף דער מוללער אויספארשונג, האבן די 12 פארשוינען געארבעט פאר רוסישע שפיאנאזש אגענטורן, און זיי האבן געהעקט די דעמאקראטישע פארטיי הויפטקווארטירן און פילע דעמאקראטישע קאמפיוטערס, צו רויבן אינפארמאציע. זיי האבן די אינפארמאציע ארויסגעשטעלט אויף אייגן-געגרינדעטע "גוסיפער 2.0" און "די-סי ליעקס", וועלכע האבן זיך אהערגעשטעלט פאלש אלס אמעריקאנער וועבסייטס. אויך האבן די העקערס גערויבט אינפארמאציע פון א האלבן מיליאן וויילער, דורכ'ן העקן א געוויסע סטעיט'ס עלעקשאן באורד'ס קאמפיוטערס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל