וואשינגטאן – פרייטאג האבן די דעמאקראטן באקומען גוטע נייעס איבער די מידטוירם וואלן, ווען די "קוק פאליטיקעל רעפארט" וועלכע שאצט פאליטישע פארמעסטן, האט גערוקט צען קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן, וואס זענען ביז יעצט געווען "גלייך אויף גלייך" (דאס הייסט אז רעפובליקאנער און דעמאקראטן האבן געהאט דעם זעלבן שאנס צו געווינען דעם זיץ), אין ריכטונג פון די דעמאקראטן. צווישן די אלע 435 קאנגרעס זיצן וואס וועלן זיין אויפ'ן שטים צעטל אין נאוועמבער, זענען יעצט דא 60 זיצן וואו די פארמעסטן זענען גאר היציג (וואס פון די זעכציג זענען 54 יעצט אונטער רעפובליקאנער קאנטראל), און 26 זיצן וואו די פארמעסטן זענען גלייך אויף גלייך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל