וואשינגטאן – אמעריקע האט זיך שוין אריינגעכאפט פון סאודי אראביע, און פראדוצירט יעצט מער אויל ווי די אראבישע מלוכה, און איז אויפ'ן וועג צו ווערן די גרעסטע קרוד אויל פראדוצירער אין דער וועלט קומענדיגן יאר. אויב וועט אמעריקע ווייטער פראדוצירן אויל אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי ביז יעצט, וועט קומענדיגעס יאר ווערן פראדוצירט 11.8 מיליאן פעסלעך אויל א טאג אין אמעריקע, וואס וועט זיין דאס ערשטע מאל אין פערציג יאר וואס אמעריקע איז די וועלט'ס גרעסטע אויל פראדוצירער. רוסלאנד און סאודי אראביע האבן אבער א וועג וויאזוי זיי קענען דאס אפשטעלן, אויב זיי וועלן קומענדיגן יאר זיך נעמען פראדוצירן פיל מער אויל ווי זיי פראדוצירן יעצט, אונטער די אָפּעק צוימונגען.
הוסף רשומת תגובה