וואשינגטאן – קאנגרעס האט באשטעטיגט א ביל, וועלכע אויטאריזירט ביליאנען דאלארן פאר די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן, צו העלפן אז קריטישע נאציאנאלע זיכערהייט פראגראמען זאלן קענען ווייטער אנגיין, ספעציפיש די פראגראמען וועלכע צילן רוסלאנד, כינע און צפון קארעא. דער ביל, וועלכע איז באשטעטיגט געווארן מיט 363 שטימען, און בלויז 54 האבן געשטימט דערקעגן, וועט העכערן די געהעלטער פון שפיאנאזש אגענטורן איינגעשטעלטע וועלכע האבן ספעציעלע פעאיגקייטן אין סייבער-שפיאנאזש, און וועט אויך אוועקשטעלן באזונדערע פאנדס צו באשיצן אמעריקע'ס וואל סיסטעמען דורכ'ן אפשלאגן העקעריי פרואוון פון פיינטליכע לענדער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל