אילינאי – א שיקאגאער פארשוין איז אנגעקלאגט געווארן מיט א האס-פארברעכן קלאגע, נאכדעם וואס עס איז פארשפרייט געווארן א ווידעא וויאזוי ער טשעפעט און סעקירט איינע וועלכע גייט אנגעטאן מיט א בילד פון דער פארטא ריקא פאן. דער 62 יעריגער טימאטי טרייבוס איז ארעסטירט און געקלאגט געווארן מיט די דערמאנטע קלאגעס, און ווי אילינאי פראקורארן זאגן, האט טרייבוס געטשעפעט יענע, שרייענדיג "דו ביסט אן אמעריקאנער בירגער? אויב יא, זאלסטו נישט גיין מיט דעם סימבאל!" וואס דאס איז טראץ דעם פאקט אז פארטא ריקא איז געהעריג א טעריטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן. דער אינצידענט האט שוין אויך געפירט צו דער רעזיגנאציע פון פאליציי אפיציר פעטריק קאנאר, וויבאלד ער איז געשטאנען ביי דער זייט און גארנישט געטאן אפצושטעלן די דיסקרימינאציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל