אלבאני – דער דרייצן ביליאן דאלארדיגער פראיעקט, צו בויען א נייעם מאסיווער אונטערוואסער באן טונעל צווישן ניו יארק און ניו דזשערסי, וועט ווארשיינליך מוזן אפגעשטופט ווערן, נאכדעם וואס ס'איז קלאר געווארן אז די פעדעראלע רעגירונג וועט נישט צושטעלן געלטער צו העלפן מאכן דעם טונעל א רעאליטעט. די אבאמא אדמיניסטראציע האט יא געפלאנט בייצושטייערן געלטער דערפאר, אבער אונטער טראמפ זענען די פראצעדורן פארשלעפט געווארן, און נעכטן שבת איז געווען דער דעדליין צו באקומען פון דער היי-יאריגער פעדעראלער פאנדינג פאר אזעלכע פראיעקטן. דאס באדייט אז די קאנסטרוקציע פונעם טונעל וועט מוזן ווערן אפגעשטופט, פון דעם יעצטיגן פלאנירטן אנהייב פאר ענדע יאר 2019.
הוסף רשומת תגובה