קאליפארניע – די פארגעשריטענע טעכנאלאגישע טעקסי פירמע "אובער", האט געמאלדן א נייעם סיסטעם וועלכע וועט העלפן באשיצן די זיכערהייט פון אירע קאסטומערס. ביז היינט האט אובער בלויז דורכגעפירט אן אונטערזוכונג אויף דער היסטאריע פון א דרייווער, ווען יענער האט דאס ערשטע מאל אריינגעגעבן אן אפליקאציע צו דינען אלס דרייווער, אבער אונטער'ן נייעם סיסטעם, וועט אובער דורכפירן נאכאנאנדע אונטערזוכונגען אויף זייערע דרייווערס. דאס וועט ארבעטן אויטאמאטיש, דורכ'ן נוצן אזעלכע סערוויסעס ווי "טשעקער און אפרייס" וועלכע שטעלן צו סעיפטי דאטא, און אויב א דרייווער וועט אנגעקלאגט ווערן אויף עפעס א קרימינאלע אקט, וועט געשיקט ווערן א מעסעדזש צו אובער איבער דעם, און דער דרייווער וועט ארויסגעווארפן ווערן.
הוסף רשומת תגובה