בערלין – די כוואליע פון אנטיסעמיטישע אטאקעס אין דייטשלאנד שטעלט זיך נישט אפ, און מ'האט געהערט אז א פופציג יעריגער איד איז איבערגעפאלן געווארן דורך א פאלעסטינער-אפשטאמיגער, וועלכער האט אראפגעריסן יענעמ'ס יארמולקע פון קאפ, אים אראפגעווארפן אויף דער ערד און געשריגן, "קיין אידן אין דייטשלאנד". דער אינצידענט האט פאסירט אין דער דייטשער שטאט באן, און ווי די פאליציי זאגט האט זיך געשאפן א צעמישעניש בעת די אפיצירן זענען אנגעקומען אויף דער סצענע, ווייל זיי האבן געמיינט אז דער איד איז דער וואס האט דורכגעפירט די אטאקע, האט אן אפיציר אים דעריבער דערלאנגט א זעץ אין געזיכט. די פאליציי האט זיך שפעטער שטארק אנטשולדיגט פאר'ן איד, און געזאגט אז דער שולדיגער איז אונטער ארעסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל