אהייא – ארבעטער אינעם מעטראפאליטען סוער פראצעסירונג צענטער אין סינסינעטי, אהייא, האבן אין די לעצטע יארן אנגעזאמלט אן איינדרוקספולע זאמלונג פון אומצאליגע גוטע שפילצייג, ברילן און אנדערע חפצים, ארויסשלעפנדיג דאס אלעס פון די גרויסע רערן פונעם אפלויף סיסטעם אין דער סיטי. די לאקאלע אויטאריטעטן זאגן, אז מענטשן כאפן זיך נישט וויפיל מאל זיי פארלירן וויכטיגע חפצים, וואס זענען אין א גוטן צושטאנד, דורכדעם וואס עס פאלט אריין צו די אפלויף רערן דורך די ביה"כ אינדערהיים – און אצינד קלערן די לאקאלע אויטאריטעטן גאר ערנסט אוועקצושטעלן א געשעפט, צו פארקויפן אלע ווערדפולע חפצים וואס זיי האבן ארויסגעשלעפט פונעם סוער סיסטעם אין לויף פון די יארן.
הוסף רשומת תגובה