קאליפארניע – דער ביליאנער ערפינדער און טעסלא גרינדער, עלאן מאסק, ווערט גאר שטארק אראפגעריסן און קריטיקירט אין די לעצטע צוויי טעג, נאכדעם וואס ער האט ווילד אטאקירט און געטשעפעט איינעם פון די העלדישע טויכער, וועלכער האט ארויסגעראטעוועט די פארכאפטע פונעם הייל אין טיילאנד. די רעדע איז פון ווערנאן אנסווארט, א בריטישער טויכער, וועלכער איז געפרעגט געווארן אין אן אינטערוויו וואס ער האלט איבער דעם קליינעם סובמארין וואס מאסק האט געברענגט צום הייל, אז מען זאל דערמיט ראטעווען די קינדער פונעם הייל. האט זיך אנסווארט צעלאכט און געזאגט אז דער סובמארין איז נאריש, און מאסק האט בכלל נישט געוואוסט וואס טוט זיך מיט'ן הייל. מאסק האט נישט געפאסט אנסווארט'ס שארפע קריטיק, האט ער ארויסגעשיקט גאר ווילדע קאמענטארן און פערזענליכע טשעפערייען אויף אנסווארט דורך מעסעדזשעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל