קאירא – א פרישע באריכט צייגט, אז די פארבליבענע אידן אין עגיפטן פלאגן זיך צו קענען האלטן אפן די לעצט-פארבליבענע שוהלן אין לאנד. איין אזא שוהל ווערט אנגעפירט דורך מאגדא הארון, וועלכער זאגט אז ער איז יעדן טאג דער ערשטער אנצוקומען אינעם שוהל און דער לעצטער אוועקצוגיין, און קוים וואס עס קומען אריין אפאר אידן איבער'ן טאג.
הארון האט געגרינדעט א נייע ארגאניזאציע, מיט'ן נאמען "דראפ אוו מילק", און דער ציהל פון די ארגאניזאציע איז אויפצולעבן די פארבליבענע שוהלן אין עגיפטן. דער פלאן איז, אז מען וועט אין יעדע פון די שוהלן, אוועקשטעלן א קליינע מוזעאום, וואס וועט אנהאלטן היסטארישע דאקומענטן פון אידישע היסטאריע אין עגיפטן, און אויך א קליינע לייברערי מיט אידישע ספרים און ביכער, וואס דאס וועט צוציען מענטשן, און ברענגען פרישע געלטער צו קענען ערלויבן די שוהלן ווייטער אנצוגיין.
מקור: 7-Ayam

הוסף רשומת תגובה