וואשינגטאן. – א גרופע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט גרייטן זיך די וואך ארויסצושטעלן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין. רעפובליקאנער זענען נישט צעפרידן וויאזוי ראזענסטיין פירט אן די רוסלאנד אויספארשונג, און אז ראזענסטיין געבט אזויפיל פרייהייט און אזויפיל מאכט פאר ראבערט מוללער. קאנגרעס קוועלער זאגן, אז די 2 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט מארק מעדאוס און דזשים דזשארדען, זענען פרייטאג באמערקט געווארן האלטנדיג אין די הענט צוגעגרייטע אימפיטשמענט דאקומענטן פאר ראזענסטיין.

דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן טרעי גאודי האט אבער געזאגט, אז ער וועט נישט שטיצן די באוועגונג צו אימפיטשן ראזענסטיין. גאודי זאגט, אז ער זעהט נישט פארוואס מען דארף אימפיטשן ראזענסטיין, און דערווייל טוט ראזענסטיין א גוטע דזשאב מיט'ן אנפירן די מוללער אויספארשונג, און גאודי האט צוגעלייגט אז אויב טראמפ איז נישט צעפרידן מיט ראזענסטיין, "קען ער אים ארויסווארפן מיט איין טוויט".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל