איינוואוינער אין קאליפארניע באקלאגן זיך, אז זיי ליידן פון פארשידענע אויסשלאגן און קראצענישן, אלס רעזולטאט פון די וואלדפייערן וואס ברענען דארט. די אויסשלאגן זענען בעיקר באמערקט געווארן, ביי איינוואוינער אין קארדאווע, א שטאט אין סאקראמענטא, וואו עס איז שטארק פארשפרייט א וואלדפייער וועלכע האט שוין פארברענט 215 סקווער מייל. די נייעס איבער די אויסשלאגן קומט, ווען מען האט געהערט איבער א פאטאליטעט, ווען א פייערלעשער איז אומגעקומען צוליב אקסידזשען פארלוסט ביי איינס פון די קאליפארניע פייערס.
הוסף רשומת תגובה