פרעזידענט טראמפ עצה'ט פרעמיער מיניסטער 'מעי' אז זי זאל "אנפייפן" די אי. יו. פאראיין! לויבט אויס עפענטליך איר
פארטיי קעגנער; מאכט אויך אן א שטורעם זאגענדיג אז ענגלאנד גייט אדורך 'קולטור' ענדערונגען
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן זונטאג געענדיגט א צוויי טאגעדיגע רייזע צו ענגלאנד, און ער איז אצינד היינט בשעת איר ליינט די שורות אין העלסיניקי פינלאנד, ווי ער וועט זיך טרעפן מיטן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און אפהאלטן א ערשט מאליגע סאמיט מיטן רוסישן קייזער.., אבער די קוואנטום פון נייעס אין שטורעמ'ס וואס ער האט אנגעמאכט אין זיינע קארגע צוויי טעג באזוכן אין ענגלאנד, קען אנפולן גאנצעטע בלעטער פון נייעס און קאמענטארן, און דארף צו האבן כאטשיג א וואך צייט פון בלויז ווידמען די נייעס און רעפארטארזשן צו דער לאנדענער באזוך.., אבער וואס קען מען טון אז דער בחור רועט נישט איין פאר א מינוט.., און מארגן וועט מען שוין מוזן דעקן זיינע נייע חידושים פון דער פוטין סאמיט.., וחזקה על טראמפ אז ער וועט נישט לאזן אזא סארט געשעעניש סתם אזוי אדורך גיין טרוקענערהייט.., עפעס טראמפ'יסטיש וועטשוין זיין דארטן.., איי? מען האט נאך נישט געכאפט דער אטעם פון דער לאנדענער באזוך? דאס גייט אים גארנישט אן.., און ער רעכנט זיך נישט קיין טראפ מיט די שווערע ארבעט וואס די דזשורנאליסטן מאכן מיט..., אפשר קען זיין אז דאס איז א חלק פון זיין מלחמה מיט די מידיא.., און אזוי ארום, פיקסט ער זיי ביטערליך צו אויף אן איטעלעגענטן אופן...
אלענפאלס, פרעזידענט טראמפ'ס באזוך אין ענגלאנד איז שטארק נאכגעפאלגט געווארן דורך אלעמען, און איז געווען באגלייט דורך א געוויסע אנגעצויגנקייט אין דער לופט, היות פרעזידענט טראמפ און פרעמיער מיניסטער 'מעי' זעען זיך נישט אויג אויף אויג אויף רוב אישוס. אפילו בשעת דער ערשטע אפיציעלע פרעסע קאנפערענץ, האט מען געקענט זען אז די צוויי גלייכן זיך נישט, מילד גערעדט..., און שוין באלד האט פרעזידענט טראמפ געדארפט זיין טראמפ.., ווען ער האט דארט געזאגט אז ער האט געהאט גע'עצה'ט פרעמיער מיניסטער מעי, אז זי זאל טון עפעס גאר עקסטרעם צו די אי. יו. וועגן דער פארשלעפטער 'ברעקזיט' פראצעדור, "אבער זי האט דאס נישט געוואלט אננעמען".., א שאד, דאס וואלט געשטעלט די אי. יו. אין פלאץ".., ווען מען האט געפרעגט שפעטער נאכמיטאג פון פרעמיער 'מעי' וואס איז געווען דער עקסטרעמע עצה? האט זי געזאגט אז טראמפ האט געהאט גע'עצה'ט אז זי זאל "סוען" די יורא פאראיין..! און זי האט צוגעלייגט אז זי פארשטייט נישט גענוי וואס דאס דארף צו מיינען...! שפעטער אין א אנדערע אונטערוויא האט זי אליין דאס מפרש געווען, "דאס מיינט אז איך זאל זיי אנפייפן".., (מיין רבי אין חדר וואלט געזאגט אויף דעם, "זייער פיין.. קענסט דאך יא"...).
פרעזידענט טראמפ אליין האט זיך באצויגן צו דער אינצידענט אין א אייגענע אונטערוויא, אבער האט דארט אנגעמאכט א פרישע פאנטשער.., פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ער האט זיך געהאט געבעטן ביי 'מעי' שוין א לענגערע צייט, אז זי זאל ווערן שטייף מיט אייראפע איבער די ברעקזיט פארהאנלונגען, און איר ביז יעצטיגע האדלונג וועט נישט פירן אין ערגעץ, "אבער פרעמיער מעי האט איר אייגענע אגענדע"..., ער האט גאר שטארק אויסגעלויבט די האנדלונג פון איר פינאנץ מיניסטער און הויפט פארטיי קעגנער 'באריס דשאנסאן', וואס האט פאריגע וואך רעזיגנירט פון זיין פאזיציע אין פראטעסט צו די פארשלעפטע 'ברעקזיט' פארהאנדלונגען, זאגענדיג "ער וואלט געווען גאר א גוטע פרעמיער מיניסטער!" (שטעלט אייך פאר א אויסלענדישע וועלט פירער קומט קיין אמעריקע און זאגט אז 'מארקא רוביא' וואלט אויסגעמאכט זייער א גוטע פרעזידענט...) טראמפ האט אויך געזאגט אז ער האט שטארק געהאפט אז ער וועט קענען אויסהאמערן מיט ענגלאנד א נייע און בעסערע 'טרעיד דיל', "אבער זעט זיך אויס אז פרעמיער מעי האלט אז דאס איז נישט אזוי וויכטיג"...
די אלטוועלטליכע מידיא איז אבער די מערסטע געווען פארנומען מיט ווערטער וואס פרעזידענט טראמפ האט געלאזט פאלן וועגן אימיגראנטן, רעדענדיג איבער ברעקזיט און אימיגראנטן, האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז קיינער קען נישט אוועקלויפן פונעם פאקט, אז אייראפע אין ספעציפיש ענגלאנד איז אריבער א שטארקע 'קולטור טויש' די לעצטע יארן, באציענדיג זיך צו דער פאקט אז אייראפע איז פארפלייצט געווארן די לעצטע צען יאר דורך מיליאנען אראבער. די דאזיגע ווערטער האבן אויפגעברויזט אלע 'יפי נפש' פון איבער דער גארער וועלט, ווייל ארויסצוזאגן אזעלכע ווערטער פון מויל מיינט צו זיין א ריכטיגע "ראסיסט", ווארום וואס דארף דאס צו מיינען אז עס איז דא א "קולטור טויש", חוץ פון דעם, אז די קענסט פשוט נישט דערליידן קיין אימיגראנטן אדער מענטשן וואס זענען אביסל אנדערש פון דיר.., שטעלט'ס אייך פאר איינער וואלט געזאגט נאך די צוויטע וועלט קריג אז אמעריקע גייט אריבער א 'קולטור טויש' צוליב די פלוס פון אידישע אימיגראנטן.. מען וואלט יענעם פארשריגן אלט'ס א וויסטע אנטעסימיט..! (איין חילוק איז פארט דא, וויל די אראבישע אימיגראנטן אין אייראפע מאכן אויך איסלאמישע טעראר אויף א ביטערע פארנעם..)

הוסף רשומת תגובה