ביטערע 'טעראר' שבת איז פארגעקומען אין ארץ ישראל ווען חאמאס פייערט איבער 200 מאטאר'ס און ראקעט'ס; א משפחה מיט פיר מיטגלידער זענען פארוואונדעט געווארן דורך שראפנעל
א גאר ביטערע שבת איז אריבער אויף אחינו יושבי ארץ ישראל, ווען טויזענטער משפחות האבן געדארפט לויפן אין די שעלטער'ס אריין בעצם יום השבת, עטליכע מאל במשכ'ן טאג, צוליב וואס חאמאס האט באשלאסן זיך צוצעפירן די הענט, מיט א פרישע באראדזש אטאקע פון הונדערטער ראקעטן אין מארטאר שעלס אויף די דרום ישובים ארום עזה, און דאס האט אנגעצינדן אלארם סיסטעמען אין עטליכע גרויסע געגענטן אין דרום ארץ ישראל, וואס האט געצווינגען טויזענטער אידן צו לויפן אין די שעלטערס אינמיטן די תפילות אדער די סעודות שבת. באזונדער איז עס געווען א טרויעדיגע שבת, ווען עס איז באקאנט געווארן די נייעס אז איינע פון די ראקעטן האט אנגעטראפן א הויף פון א פאמיליע, און שראפנעל פון דעם ראקעט איז זיך צעפלויגן אין אלע זייטן, וואס האט פארוואונדעט א גאנצע פאמיליע א טאטע און א מאמע מיט צוויי קינדער. ב"ה, גייענדיג צום דרוק קומט אריין די באריכטן אז די מצב ביי די פאמיליע פארבעסערט זיך זייער פיין ב"ה, און מען האפט בקרוב אז זיי וועלן באפרייט ווערן פון שפיטאל, אויסגעהיילט פון זייערע וואונדן.
אלעס אינאיינעם האט חאמאס ארויסגעשאסן אריבער 200 ראקעטן אין מארטאר שעלס במשך פונעם שבת, רוב פון זיי זענען געפאלן אין אפענע שטחים אדער איז דאס געווארן אריינגעכאפט דורך דער 'אייראן דאום סיסטעם', ארום צען פראצענט איז יא געפאלן אין באוואוינטע פלעצער, אבער האט בחסדי השם נישט אנגעמאכט קיין שאדענס, א חוץ ליידער פון דעם איינעם פאל מיט די פאמיליע. מדינת ישראל מיליטער האט רעספאנדעט מיט 'אש און פארעך' איבער דער עזה פאס, און זייער ווארט זאגער האט געזאגט אז חאמאס האט געכאפט זייער ביטער קלעפ, עפעס וואס זיי וועלן געדענקן פאר א לענגערע צייט. חאמאס אליין האט באצייכענט די מדינת ישראל באמבאדירונגען אלט'ס די ערגסטע זינט די "צוק איתן" אקציע מיט עטליכע יאר צוריק.

הוסף רשומת תגובה