רעליגיעזע מיינונגס פארשידענהייטן אין די אראבישע וועלט וועט מעגליך עפעקטירן "אפעק" צום ערשטן מאל אין די היסטאריע; איראן סטראשעט מיט'ן שניידן דראסטיש איר אויל פראדוקציע; די אראבישע עמיראט'ס זאגט אז זי וועט דאס גוט מאכן דורך הייבן איר אייגענע מעכטיגע אויל פראדוקציע

בילד



די געמיטער ווערן זומער'דיג... און זאכן הייבן אן ארויסצוקומען פון אונטערן טיש צו די עפענטליכקייט, עס איז מער נישט א קאלטע מלחמה, עס ווערט שוין א הייסע מלחמה.., ווען די אינערליכע רעליגיעזע ריסן צווישן די אראבישע לענדער, נעמליך, די סוניס און די שאייעטן, וועט מעגליך עפעקטירן די אראבישע "אפעק" צום ערשטן מאל אין די היסטאריע. נאכפאלגענדיג פרעזידענט טראמפ'ס עפענטליכע ערקלערונג, אז קרוין פרינץ בין סאלמאן פון סאודי אראביע האט אים הייס פארשפראכן, אויף טראמפ'ס דירעקטע ווענדונג, אז ער וועט דראסטיש הייבן די אויל פראדוקציע פון אפעק כדי די הויכע זומער גאזאלין פרייזן איבער אמעריקע זאלן פאלן אביסעלע, האט א ווארטזאגער פאר די איראנער רעגירונג היינט ארויסגעשטעל א שארפע ווארענונג פאר די מערב וועלט, אז איראן וועט מעגליך דראסטיש שניידן איר אייגענע אויל פראדוקציע, כדי דירעקט אפעקטירן די אמעריקאנער אויל מארקעט פרייזן אין דעם הייסן זומער סעזאן. ער האט נישט ערקלערט אין וואס עס וועט זיך ווענדן, אבער א יעדער בר דעת פארשטייט אליין אין וואס עס וועט זיך ווענדן, נעמליך, די באנייטע אמעריקאנער סאנקציעס אויף איראן. אלט'ס א ענטפער אויף די איראנ'ישע אגרעסישע ווארענונג, האט די "יונייטעד אראב עמירעטס" ארויסגעגעבן א מעלדונג, אז זי וועט שטארק הייבן איר מעכטיגע און ריזיגע אויל פראדוקציע, כדי אז דאס זאל זיין ווי א קאנטער באלאנס צו די איראנ'ישע סטראשונגען און דראונגען.

ווי באקאנט, האט פרעזידענט טראמפ מיט זעקס וואכן צוריק זיך אפיציעל ארויסגעצויגן פון די 'אבאמא איראן דיל', טענה'דיג אז איראן האט כסדר ליגנט געזאגט פאר די אונטערנאציאנאלע געמיינע, און אז דער דיל שטעלט ממילא נישט אפ איראן פון פראדעצירן עווענטועלע נוקלעארע וואפן, און ווי אויך ווייל זי שטיצט נאך אלט'ס אלע מיני סארט טעראריזם,ממילא קען נישט אמעריקע אנהאלטן אזא מין סארט דיל. )זע ווייטער, ווי מיר זענען מסביר באריכות, וואס איז געוווען אמעריקע'ס עיקר סיבה זיך ארויסצוציען פונעם איראן דיל(. למעשה, איז אייראפע געווען גאר שארף אויסגעשפראכן אקעגן אמעריקע'ס איינזייטיגע שריט, וואס האט איבערגעלאזט אייראפע מיטן צונג אינדערויסן, ווייל פון איין זייט זענען זיי מ'כלומר'שט נאך אלט'ס מחיוב צום דיל, אבער וואס פאר א פנים און אפעקט האט דאס, אויב אמעריקע לייגט ארויף פון דער אנדערע זייט שטרענגע סאנקציעס..., וועלכע נאמאלע אייראפע'שע קאמפעני וועט ענדערש טון ביזנעס מיט איראן, אנטשטאט'ס מיט אמעריקע...? פאר א שטיק צייט האט איראן געלייגט שטארקע דרוק אויף אייראפע אז זיי זאלן אויספויעלן ביי אמעריקער טאקע אט דאס, אז קאמפעניס וואס האנדלן ווייטער מיט זיי זאלן נישט אריינפאלן אונטער די נייע סאנקציעס קאטאגאריע, אבער ווען זיי האבן געזען אז טראמפ לאזט זיך נישט, האבן זיי אויסגעטראפן דעם נייע סטראשע, כדי צו לייגן דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע. אבער ווי געזאגט זענען די 'סוניס' באלד געקומען אמעריקע צו הילף, און דער גאנצע סטראשע איז ווערטלאז.

ווי באקאנט פאר יעדעם איינעם, און ווי שוין ערווענט אומצאליגע מאל דא אויף אונזערע שפאלטענעס, איז אין די לעצטיגע יארן שטארק פארשארפט געווארן די אנגעצויגנקייט צווישן די סוני אראבערס און די שאייעטן אראבערס, אויף א אומגלויבליכע פארנעם, שולדיג אין דעם איז איראן, וואס האט אדאפטירט א שעדליכע דאקטערין, וואס לויטעט, אז זי דארף העלפן א יעדע איינציגסטע לענדל סיי אימער אינעם מיטל מזרח, אויב די רעגירונג דארט עקזעסטירט אלט'ס א שאייעט'טישע רעגירונג, דאס טייטש אז ווי אימער עס ברעכט אויס אינעם מיטל מזרח א קאמף, און איין גרופע איז סוניס און די אנדערע זענען שאייעטן, דארף איראן אטאמאטיש זיך שטעלן אויף די זייט פון די שאייעטן, אפגעזען פון די פאליטישע קאנסענקווענצן דערפון, און זי האלט זיך דערצו הלכה למעשה, לענגאויס אלע לעצטיגע שטרייטן אין מיטל מזרח. איין בלוטיגע ביישפיל איז סיריע, ווי די קאמפן האבן זיך ארגעניעל אנגעהויבן ווען פרעזידענט אסאד האט זיך ארומגעקעמפט מיט אייסיס פון איין זייט און ארטיגע אויפשטענדלער פון די אנדערע זייט, און איראן האט באשלאסן דאס צו פארוואנדלן אין א בלוטיגע סוני – שיהאט מלחמה, און האט אריינגעשלעפט די חיזבאלא און זיינע אייגענע איראני'שע גערילעס זאלן קעמפן זייט ביי זייט מיט אסאד'ס כוחות. אזוי אויך גייט פאר די זעלבע זאך אין תימן, ווי די לאקאלע שאייעט'שע 'הוטיס' האבן אנגעהויבן א גערילע מלחמה אקעגן די רעגירענדע סוני'שע רעגירונג, און איראן גיסט דארט אריין אסאך געלט און רעסורסן צו שטארקן כסדר די 'הוטיס'.

אט אזעלכע מין אגרעסיעס האט נישט געקענט ווערן איגנארירט דורך די סוני לענדער, און דער פיפיגער 'בין סאלמאן' האט פארמירט דער היינט שוין באקאנטע 'סוני קאאליציע', וואס באשטייט פון סאודי אראביע, מצרים, ירדן, די אראבישע עמיראטס, קאוועיט, און באכרעין, און... אמעריקע מיט מדינת ישראל...! וועלכע שטיצן דאס שטארק אונטערן טיש. דער דאזיגע סוני קאאליציע דארף דינען ווי א קאנטער באלאנס איבעראל אינעם מיטל מזרח, ווי איראן מאכט אן שאייעט'שע אגרעסיעס, צום בישפיל אין תימן וועלכע איז אויך א סטראטעגישע שכן מיט סאודי אראביע, האט שוין בין סאלמאן געשיקט זיין 'עיר פארס' אומצאליגע מאל דירעקט צו באמבאדירן די איראנישע גערילע פאזיציעס, און ווי אויך ליפערן זיי כסדר אפ פארגעשריטענע וואפענס צו די רעגירונג כוחות אין תימן, צו קענען אנהאלטן די פראנט אקעגן די 'הוטיס' אויפשטענדלער. לעצטענס איז געווען באריכטעט א קאמישע אינטערסאנטע שטיקל נייעס, דאס איז געווען ווען הוטיס גערילעס האבן איבערגענומען א וואפן סטארעדש פון די רעגירונג כוחות, און האבן דארט אנגעטראפן נייע פארגעשריטענע ביקסן און ארטילערי, וואס האט נאך פארמאגט די מדינת ישראל סימבאלן אויף זיך...! ווייזט זיך אויס אז די רעגירונג מיליטער האט נאך נישט אנגעיאגט צו 'איבערפארבן' אלע די וואפענס, אז מען זאל זיי נישט כאפן ביי דער האנט אז זיי קאלאבערירן מיטן 'שטן'..., אבער ווי מער צייט עס גייט פארביי, ווערט אלט'ס מער און מער אפן די גאנצע סוני קאאליציע, אזוי אז בקרוב וועלן זיי דאס מער נישט דארפן אפילו איבערפארבן... דאס, און נאר דאס, איז דרך אגב געווען דער סיבה, אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט מבטל געווען דער איראן דיל. אודאי האט פרעמיער ביבי און מדינת ישראל אויך געלייגט דרוק, אבער די עיקר געוויכט וואס האט איבערגעוואויגן די צוויי צדדים, צו אמעריקע זאל זיך יא אדער נישט ארויסציען פון דעם איראן דיל, איז געווען דער בונד צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און קרוין פרינץ בין סאלמאן..! פאר סאודי אראביע איז א נוקלעארע איראן, א בייזע חלום פון וואס זי וויל אפילו נישט טראכטן.., דאס וועט דאך טאטל צונישט מאכן דער גאנצע אויפגעבויטע 'סוני קאאליציע', ווארום מיט א נוקלעארע איראן וועט מען זיך נישט קענען אזוי ארמשפילן, דערפאר פירט זיך לעצטענס סאודי אראביע אויף אזוי היסטעריש אויף די גאנצע איראן אישו, ווארום זי וויל פארזיכערן אז איראן ווערט אויף קיין פאל נישט קיין נוקלעארע מאכט, נאמיאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן האט אפילו געדארפט פארזיכערן פאר בין סאלמאן אז אויב ח"ו וועט עס קומען דערצו אז איראן וועט זיך דערשלאגן צו נוקלעארע וואפנ'ס, וועט אמעריקע ברעכן דער דזשענעווע אפמאך און געבן פאר די סאודי'ס נוקלעארע וואפן, פארשטייט זיך אונטערן נאמען פון אנהאלטן פרידן און שלום אינעם ראיאן....

צוריק צו דער נייע אויל געראנגל, וועט יעצט צום ערשטן מאל אויסקומען, אז די אראבישע לענדער, וועלכע פארמירן די מאכטפולע אויל 'אפעק' קאאליציע, וועלן זיך אינערליך ארומשלאגן צווישן זיך איבער העכער'ן אדער נידערן אויל פראדוקציע, א זאך וואס פלעט אלעמאל ווערן אנטשידן ביי א אפיציעלע אפשטימונג צווישן אלע אויל רייכע 'אפעק' מיטגלידער. אבער אצינד מיט איראנ'ס לעצטיגע סטראשע, און מיט בין סאלמאנ'ס הבטחה צו העכערן די פראדוקציע, און מיט די עמיראטס'ס קאנטער סטראשע, וועט א אפעק אפשטימונג נישט האבן קיין שום ווערט, ווארום יעדער וועט זיך טון וואס ער וויל, דאס קען עווענטועל פירן דערצו אז דער היסטארישע זעכציג יעריגע אפעק וועט טאטאל אונטערגיין, אויב אירע מיטגלידער פאלגן נישט אויס אירע אייגענע החלטות. און עס איז גאנץ מעגליך אז עס וועלן עווענטועל זיך פארמירן צוויי אנדערע אויל קאאליציע'ס. אזוי צו אזוי, זענען אויל שפעקילאנטן זייער אנגצויגן פון די לעצטיגע אנטוויקלונגען, וואס קען פירן דערצו אז די אויל פרייזן זאלן טראסקענען ביזן תהום אריין (אוי, הלואי...!), אויב עס וועט מער נישט זיין א צענטראלע רעגעלאטאר ארגעניזאציע צו האלטן די פרייזן אין פלאץ. וואס וועט זיין? וועלן מיר מוזן צוווארטן און זען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל