קאנעטיקוט – אן אויסלייג טעות האט געברענגט דערצו, אז א סענדוויטש זאל לויפן פאר'ן סענאט... דאס האט פאסירט אין הארטפארד, קאנעטיקוט, וואו דער פאליטישאן און ביז יעצטיגער "עפל" עקזעקוטיוו, דאמיניק ראפּיני, לויפט פאר א סענאט זיץ אין די קומענדיגע מידטוירם וואלן. זיין שטאב האט געהאט ארויפגעשטעלט א מעסעדזש אויף זיין קאמפיין וועבזייטל, אונטערשרייבנדיג אונטער'ן מעסעדזש אז "דאס איז באשטעטיגט געווארן דורך דאמיניק ראפּיני", אבער דער קאמפיוטער האט אליינס געטוישט דאס ווארט "ראפּיני" צו "פּאניני", א געוויסע סארט סענדוויטש-עסנווארג... דאס האט געמאכט קאמישע לאקאלע העדליינס אין קאנעטיקוט, און דער קאמפיין האט געזאגט אז זיי וועלן בעסער אכט געבן.
הוסף רשומת תגובה