וואשינגטאן – איבער דער וועלט און אין אמעריקע, הערט מען לעצטנס פון א געדאנק, אז מען זאל איינשטעלן אן "אוניווערסיאלע בעיסיק אינקאם", וואס באדייט אז אויסער דעם וואס מענטשן האבן דזשאבס און איינער איז ארעם און דער צווייטער איז רייך, זאל די רעגירונג אויך פארטיילן יעדן מאנאט א מינימאלע געהאלט, אזוי צו פארזיכערן אז אמווייניגסטנס קיינער איז נישט ארעם אזוי שטארק זיך ארומצודרייען הונגעריג אדער היימלאז. אבער א פרישע שטודיע, דורך דער "ברידזשוואטער אסאסיעטס" גרופע צייגט, אז צו פארטיילן א "יוניווערסעל בעיסיק אינקאם" פון טויזנט דאלאר א מאנאט פאר יעדן אמעריקאנער בירגער, וועט אפקאסטן פאר שטייערצאלער די אסטראנאמישע סומע פון 3.8 טריליאן דאלאר א יאר, וואס איז דעריבער נישט קיין געדאנק וואס מ'קען אויספירן אין רעאליטעט.
הוסף רשומת תגובה