וואשינגטאן – רויטערס באריכטעט, אז די טראמפ אדמיניסטראציע פלאנירט צו בעטן פון מעקסיקא, אז זיי זאלן אקצעפטירן אלע פליטים וועלכע קומען פון צענטראל-אמעריקאנער לענדער, אנשטאט דעם וואס די פליטים זאלן ערלויבט ווערן אריינצוקומען ווייטער פון מעקסיקא קיין אמעריקע. די פעדעראלע רעגירונג פלאגט זיך מיט א פלייץ פון צענטראל-אמעריקאנער פליטים, וואס דאס האט געפירט צו די קאנטראווערסיאלע זערא-טאלעראנץ פאליסי, וועלכע טראמפ האט געמוזט דערפון צוריקציען. דער דיעל וואס טראמפ וויל מאכן מיט מעקסיקא, איז באקאנט אלס א "סעיף טוירד קאנטרי אגרימענט", אבער רויטערס באריכטעט אז מעקסיקא האט שוין געלאזט וויסן אז זיי ווילן נישט אזא זאך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל