וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט א פלאן איבערצומאכן דעם עירפארס-וואן פרעזידענטליכן פליגער. לויט די באריכטן, וויל דער פרעזידענט פטור ווערן פון דעם ביז יעצטיגן דעזיין און קאליר, ווייס און ליכטיג-בלוי, און ער וויל אז מ'זאל עס פארבן אויף א וועג אז ס'זאל אויסזען מער "אמעריקאניש", מיט רויט, ווייס און בלוי. אויך וויל טראמפ אז מ'זאל אינסטאלירן א באקוועמערע און גרעסערע בעט אויפ'ן נייעם עירפארס-וואן וואס ווערט יעצט געבויעט און וועט אריינגיין אין באנוץ אין יאר 2021. מיליטערישע באאמטע זאגן אז דערווייל איז נאכנישט געמאכט געווארן קיין ענדגילטיגער באשלוס, אבער דער פרעזידענט איז העפטיג פארמישט אין די דיסקוסיעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל