וואשינגטאן – נעכטן האט דער אנטי-טראמפ עף-בי-איי באאמטער, פיטער סטראק, אויפגעטרעטן אונטער שבועה פארנט פון די קאנגרעסיאנאלע איבערזיכט און יורידישע קאמיטעען, און זיין אויפטריט איז פארוואנדלט געווארן גאנץ שנעל אין א פאליטישער צירקוס. די טשעפערייען און דראמא האבן זיך אנגעהויבן ווען סטראק האט געזאגט אז ער קען נישט ענטפערן פראגעס איבער דער רוסלאנד אויספארשונג, וויבאלד עס איז אן אנגייענדיגע אויספארשונג, און דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן באב גודלעט האט זיך ווילד צעשריגן אויף סטראק. פון דא און ווייטער האבן יעדע פאר מינוט אויסגעבראכן קריגערייען און צווישנרופן צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, און דאס האט אנגעהאלטן העכער 8 שטונדן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל