וואשינגטאן – זשעראד קושנער, דער איידעם און הויפט ראטגעבער פון פרעזידענט טראמפ, האט נאך אלץ נישט די ערלויבעניש און די גענויע זיכערקייט-אויטאריזאציע, "סעקיוריטי קלערענס" ווי ס'ווערט גערופן, צו קוקן די סאמע העכסטע און געהיימסטע סודות און דאקומענטן פון דער אמעריקאנער רעגירונג. לויט א באריכט נעכטן אין "וואשינגטאן פאוסט", האט קושנער טאקע באקומען פארלאפענעם מאי א פערמאנענטע ערלויבעניש צו קוקן געהיימע דאקומענטן – נאך לאנגע מאנאטן נישט האבן קיין שום צוטריט – אבער יענע פערמאנענטע ערלויבעניש איז נאר געווען פאר "טאפ סיקרעט", נישט "עס-סי-איי", וואס איז די סאמע העכסטע קאטעגאריע פון געהיימע דאקומענטן.
הוסף רשומת תגובה