מאנטרעאל – א געריכט אין קוויבעק האט פארארדענט, אז א גרופע חסידישע פאמיליעס מוזן פארלאזן זייערע זומער הייזער ביז ענדע יולי, צוליב וואס זיי "מאכן צופיל גערודער און פירן זיך אויף אומריין". דער אורטייל איז ארויסגעגעבן געווארן אויף פופציג חסידישע אידן וועלכע וואוינען אינעם שטעטל סטע-אגאט דע-מאנטס, 60 מייל ווייט פון מאנטרעאל. אין די הייזער, וואו די אידן וואוינען יעצט אויפן זומער, האבן אמאל געוואוינט די מיטגלידער פון קהילת לב טהור, און א מאנטרעאלער עסקן גיט צו פארשטיין, אז ס'איז מעגליך אז די שכנים זענען פארבליבן פארווייטאגט פון יענע צייטן, געבן זיי זיך אויס מיט'ן קלאגן די יעצטיגע אידישע איינוואוינער אין געריכט.

בילד

בילד: איינע פון די דירות

בילד: זשיען-ליא לעגאולט, דעפיוטי מעיאר פון סטע-אגאט דע-מאנטס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל