וואשינגטאן – אן אומאידענטיפיצירטער פארשוין האט אריינגערופן צו א אידישן מוזעאום אין וואשינגטאן די-סי, מיט א באמבע סטראשע. דער אינצידענט האט פאסירט ביי דעם "נאציאנאלן מוזעאום פון אמעריקאנער אידישע מיליטערישע היסטאריע", וועלכע דערציילט געשיכטעס פון אידישע העלדן וואס האבן געדינט אין דעם אמעריקאנער מיליטער אין לויף פון די יארן. די סטראשע איז אריינגעקומען דאנערשטאג 12:30 נאכמיטאג, און דער פארשוין אויפ'ן טעלעפאן, מיט אן אויסלענדישן אקצענט, האט געזאגט אז א באמבע וועט אויפרייסן "היינט אדער מארגן" אין דער געביידע פונעם מוזעאום. די געביידע איז עוואקואירט געווארן, אבער קורצליך נאך א פאליצייאישע אונטערזוכונג איז יעדער צוריק אריינגעלאזט געווארן, און די סטראשע האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל