דרום סודאן – די יו-ען זיכערהייט קאונסיל וועט היינט פרייטאג שטימען אויף א רעזאלוציע, וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך די פאראייניגטע שטאטן, אוועקצושטעלן א פולקאמע וואפנס עמבארגא אויף דער רעגירונג אין דרום סודאן. דאס לאנד דרום סודאן האט זיך געגרינדעט אין יאר 2011, אפרייסנדיג זיך פון סודאן זעלבסט, אבער 2 יאר שפעטער, אין 2013, האט אויסגעבראכן א בירגער קריג אין דרום סודאן, וואס האלט אן ביז יעצט און איז גאר בלוטיג. וויל דעריבער אמעריקע איינשטעלן א וואפנס עמבארגא אויף דער ארטיגער רעגירונג, א זאך וואס אמעריקע האט שוין פרובירט און איז דורכגעפאלן אין יאר 2016.

בילד

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל