דמשק – נעכטן האט דאס אסאד מיליטער אין סיריע אפגעהאלטן א גאר סימבאלישע זיג אין דער פארצויגענער און בלוטיגער בירגער קריג, ווען סירישע זעלנער האבן ארויפגעצויגן א סיריער נאציאנאלע פאן אין צענטער פון דער שטאט דארא אין דרום פון לאנד. דארא איז די שטאט וואו עס האט זיך אנגעהויבן רודערן קעגן אסאד מיט זיבן יאר צוריק, וואס יענע רודערייען האבן זיך פארשפרייט איבער'ן גאנצן לאנד און אנטוויקלט געווארן אין דער רעוואלוציע און בירגער קריג, וועלכע גייט נאך אן ביז יעצט. דאס צוריק-אקופירן דארא איז דעריבער א שטארקער פאראויסשטופ פאר אסאד'ס פלאן צו ענדיגן די קריג אינגאנצן אין די נאענטע מאנאטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל