יונייטעד נעישאנס — די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן ארויסגעשטעלט א גאר שארפע ווארענונג פאר דער רעגירונג אין דרום סודאן, זאגנדיג אז אויב וועלן זיי נישט ברענגען קיין אפשטעל צו די אנגייענדיגע אומרוען און בלוט פארגיסונג אין לאנד, וועט אמעריקע מוזן אונטערנעמען ערנסטע שריט. דרום סודאן איז א רעלאטיוו-ניי לאנד, האבנדיג זיך אפגעטיילט פון סודאן מיט עטליכע יאר צוריק, אבער באלד האט אויסגעבראכן א בירגער קריג אין דרום סודאן זעלבסט, וואו די רעגירונג האט אונטערדרוקט די אפאזיציע אויף א ברוטאלן פארנעם. אמעריקע'ס יו-ען אמבאסאדארשע ניקי העילי האט אין א סטעיטמענט נעכטן געזאגט אז די דרום סודאנעזער רעגירונג מוז זאפארט אפשטעלן אירע ברוטאליטעטן, און אריינלאזן די יו-ען שלום היטער צו באוואכן די סיטואציע, אבער רוסלאנד האט דערקלערט אז זי וועט בלאקירן אמעריקע'ס פרואוון צו באשטעטיגן סאנקציעס קעגן דרום סודאן דורכ'ן יו-ען זיכערהייט קאונסיל.

מאפע: אמעריקע ווארנט דרום סודאן רעגירונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל