נייראבי – נעכטן האט מען אין קעניע אפגעראכטן אן איינשווערונג, וואו דער אמטירנדער קעניער פרעזידענט, אוהורו קעניעטא, איז איינגעשוואוירן געווארן פאר נאך א טערמין. דאס איז געקומען נאכדעם וואס עס זענען צוויי מאל אפגעהאלטן געווארן וואלן, צווישן קעניעטא און זיין קעגנער ראילא אודינגא, און ביים צווייטן מאל, האט קעניעטא באקומען ארום 98 פראצענט פון די שטימען. אודינגא טענה'ט אז די וואלן זענען געווען געפעלשט און האט פארשפראכן א לעגאלן קאמף, אבער למעשה האט אודינגא געמוזט אויפגעבן דעם קאמף, נאכדעם וואס קעניעטע האט ביידע מאל געוואונען די וואלן. נעכטן ווען קעניעטא איז געווארן איינגעשוואוירן, האט אודינגא פריש דערקלערט אז ער גיט בכלל נישט אויף, און וועט אין די נאענטע טעג אפהאלטן זיין אייגענע איינשווערונג, וואו ער וועט זיך איינשווערן אלס נייער פרעזידענט אין קעניע.

בילד: פרעזידענט אוהורו קעניאטא און ראילא אודינגא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל