לאנדאן – עטליכע צייטונגען אין ענגלאנד האבן נעכטן געמאלדן אומבאשטעטיגטע באריכטן, אז עס איז געמאכט געווארן א גרויסער דורכברוך אין די איינגעהאנקערטע און פארשלעפטע ברעקזיט געשפרעכן צווישן די בריטישע רעגירונג און די אייראפעאישע יוניאן אויטאריטעטן. איידער מ'קען פאקטיש צוגיין אויסצוהאמערן וויאזוי ענגלאנד און דער יוניאן וועלן זיך אפטיילן, האט דער יוניאן געהאט פארלאנגט אזויפיל ווי זעכציג ביליאן יורא (71 ביליאן דאלאר) פון ענגלאנד, אלס "אפטיילונגס געלטער", אבער ענגלאנד האט נישט מסכים געווען, און וועגן דעם האבן זיך די געשפרעכן פארשלעפט. די נעכטיגע באריכטן צייגן אז ענגלאנד האט מסכים געווען צו זאגן אפיציעל אז זי איז שולדיג פאר'ן יוניאן 100 ביליאן יורא, אבער בלויז באצאלן צווישן 45 ביז 55 ביליאן יורא, אין קלענערע צאלונגען אין לויף פון די קומענדיגע יארן. די געשפרעכן-פירער ארבעטן צו האבן אויסגעהאמערט דעם געפעכט איבער די אפטיילונגס געלטער אויף ביז דעצעמבער 14, ווען מ'וועט זיך זעצן פאר די פאקטישע ברעקזיט געשפרעכן.
הוסף רשומת תגובה