מאנהעטן - א פלאן דורך "ניו יארק פרעסבעטערין" העלט ריז אפצושליסן א שטארק באנוצטע פסיכיטארישע אנשטאלט ביי זייער "העלענס-צענטער" אין מאנהעטן, האט ארויסגערופן זארג ביי הונדערטער איינוואוינער און פאליטישע באאמטע.

אין רעאקציע צו איר קאנטראווערסיעלע פלאן, האבן פאליטישע באאמטע וועלכע פארטרעטן טיילן פון מאנהעטן און די בראנקס געגנטער געשריבן א בריוו צום מענטל העלט קאמישאנער ען מאריע סאליווען, וואו זיי דרוקן אויס זייער קעגנערשאפט מיט די טענה אז דאס וועט איבערלאזן הונדערטער גייסטיש-אומסטאביליזירטע פאציענטן איבער די גאסן אן די נויטיגע הילף.

"ניו יארק פרעסבעטערין" זעצט דערווייל פאר מיט זייערע פלענער, און ווי זיי זאגן וועלן זיי אינוועסטירן 70 מיליאן דאלאר צו ערזעצן דער פסיכיטארישע אפטיילונג אויפ'ן דריטן שטאק אין זייער העלענס-שפיטאל, און דארטן אוועקשטעלן עטליכע אפעראציע צימערן און נאך פארשידענע וויכטיגע איינריכטונגען.

דער שפיטאל באהאנדלט ארום 600 גייסטיש ליידענדע פאציענטן יערליך, האלב פון זיי קומען פון "וואשינגטאן הייטס", און די "אינוואד" געגנטער אין מאנהעטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל