די "ניו יאָרק אינדעפּענדענט סיסטעם אַפּערעיטאָר" (ען–וויי–איי–עס–אָו) האָט דעקלערט, אַז די עלעקטריק–גריד אין ניו יאָרק וועט האָבן גענוג מאַכט נאָכצוקומען די זומער פאַרלאַנג.
די נאָן–פּראָפּיט קערפּערשאַפט — וועלכע קאָאָרדינירט און דירעקטירט דעם פלוס פון עלעקטריק לענגאויס די סטעיט'ס היי-וואָולטעדזש טראַנסמישאָן סיסטעם — האָט לעצטנס פאָראויסגעזאָגט אַז די העכסטע פאָדערונג דעם זומער וועט דערגרייכן צו 32,904 מעגעוואָטס. דאָס איז 2.9 פּראָצענט מער ווי די 10 –יעריגע דורכשניטליכע–הויכפּונקט פון 31,968 מעגעוואָטס. די העכסטע פאַרלאַנגען פון דעם פאַרגאַנגענעם זומער פון 29,699 מעגעוואָטס וואָס איז רעקאָרדירט געוואָרן אום יולי– 19 , איז 7 פּראָצענט ווייניגער ווי די 10 –יעריגע דורכשניט.
ניו יאָרק'ס גריד און אַנדערע קוואַלן קענען פּראָדוצירן ביז 42,169 מעגעוואָטס אויב נויטיג, אַריינגערעכנט 39,325 מעגעוואָטס וואָס ווערט געמאַכט דורך אין-סטעיט פּאַוער–פּלענטס.
דער וואָרטזאָגער פון "סענטראַל האָדסאָן געז ענד עלעקטריק" האָט געזאָגט, אַז די סטעיט'ס פּאַוער–סופּלייס זענען גענוג, טיילווייז אַ דאַנק צו אַ סוקסעספולע "ען–וויי–איי–עס–אָו" פּראָגראַם — וואָס איז רעאַליזירט געוואָרן מיט אַ 10 יאָר צוריק — וואָס באַצאָלט גרויסע ענערגיע באַנוצער, ווי גרויסע קאָמפּאַניס, נישט צו נוצן עלעקטריק דורכאויס די העכסטע ענערגיע–באַנוץ צייטן.
דער וואָרטזאָגער פון "אָרענדזש ענד ראַקלענד יוטיליטיעס" (אָו–ענד–אַר) האָט געזאָגט, אַז די העכערונג פון באַנייטע פּאַוער–קוֹואַלן, ספּעציעל סאָלאַר–פּאַוער, ביישטייערט צו די פאַרבעסערונג פון די פּאַוער–סופּלייס.
ביידע פירמעס זאָגן, אַז סאָלאַר–באַנוצער שאַפן מער פון זייערע אייגענע פּאַוער ווי איידער אויסשעפּן די גריד, און זיי פאַרקויפן אפילו טייל פון זייער פּאַוער. אין צוגאָב, זענען אַפּלייענסעס און באַהייצונג מיט קילינג סיסטעמען מער עפעקטיוו, די קאָנסומערס זענען מער ענערגיע באַוואוסטזיניג און באַטעריס ווערן כסדר פאַרבעסערט עס זאָל אַנטהאַלטן מער עלעקטריק. זיי האָבן צוגעגעבן, אַז דאָך דאַרפן נאָך קאָנסומערס צו קאָנסערווירן עלעקטריק.
זיי באַטאָנען, אַז עס איז שווער פאָראויסצוזאָגן וויאַזוי דער פּלאַן פון "ענטערדזשי" אָפּצושליסן די "אינדיען פּוינט ענערדזשיע צענטער" אין 2021 וועט אַפעקטירן די גריד'ס סופּליי. אָבער זיי האַלטן, אַז די לאָקאַלע ענערגיע פאַרלוסט וועט ערזעצט ווערן, ווען צוויי מיד-האָדסאָן פּאַוער–פּלענטס וועלן אַריינקומען אין באַנוץ. די געפּלאַנטע "קריקעט וועלי ענערדזשיע צענטער" אין דאָווער — אַ נאַטירלכע גאַז פּאַוער פּלענט — איז אינמיטן בויען און וועט זיין גרייט אין 20 ', און "קאָמפּעטיטיוו פּאַוער ווענשטורס" פּלענט אין וואַוואַיאַנדע וועט בקרוב פארבונדן ווערן צו אַ גאַז–סופּליי דורך די "מילעניום וועלי פּייפּליין".

הוסף רשומת תגובה