גוישען — אָרענדזש–קאַונטי האַלט צוריק 1.8 מיליאָן דאָלער אין לעצט צאָלונגען צו די קאָנטראַקטאָרס וועלכע האבן אַנטיילגענומען אין די 74 מיליאָן דאָלער רענאָוואַציע און אויסברייטערונג פון די רעגירונג–צענטער צוליב אורזאַכן וועלכע זענען אין פּאָלעמיק.
דער קאַונטי וואָרטזאָגער דזשאָסטין ראָדריגעז האָט געזאָגט, אַז די קאַונטי האָט זיך צוריקגעהאַלטן פון אויסצאָלן די קאָנטראַקטאָרס זייערע פאַרליבענע סומעס, ביז ווילאַנג זיי וועלן ערהאַלטן געשוואוירענע סטעיטמענטס פון יעדן באזונדער וואָס זאָגט אַז זיי וועלן נישט אַריינגעבן קיין 'ליענס' פאַר סיי–וועלכע סומעס וואָס זיי פאָדערן אַלס געבליבן שולדיג. ער האָט באַטאָנט, אַז צו פאַרלאַנגען אַזוי–גערופענע "ליען רעליסעס" איז געווען אַ "נאָרמאַלע פּראַקטיק".
אָבער אין אַן אי–מעיל צו זיינע סוב–קאָנטראַקטאָרס אויף די פּראָיעקט, האָט אַ פאָרשטייער פון די הויפּט–קאָנטראַקטאָר "ריזאָ קאָרפּ" געגעבן אַן אַנדערע דערקלערונג פאַר די צוריקהאַלט. דער "ריזאָ" אָנגעשטעלטער, סעט שעפּערד, האָט געזאָגט, אַז קאַונטי לאָיערס האָבן ערקלערט פאַר זיין פירמע אין אַא בריוו דעם פאַרגאַנגענעם חודש — פינף חדשים נאָכ'ן פאַרענדיגן דעם פּראָיעקט — אַז עס זענען געפינען געוואָרן דעפעקטן אין די לאַבי–אַרבעט.
שעפּערד האָט געזאַגט, אַז דריי מענטשן — אַריינגערעכנט די רעגירונג–צענטער'ס סעקיוריטי הויפּט און אַ קאַונטי פּאָבליק–וואוירקס באַאַמטער — האָבן אים שפּעטער דערציילט אַז דער ספּעציפישער פּראָבלעם איז די פּאָדלאָגאָ מאַטעריאַל. ער טענה'ט, אַז די קאַונטי האט אויסגעוועלט די מאַטעריאַל, אָבער יעצט ווערט זיין פירמע באַשולדיגט אַז די באַזוכער גליטשן זיך אויף נאַסע פּאָדלאָגעס אין ווינטער. ער האט געזאגט אַז "ריזאָ קאָרפּ" האָט אויפגענומען אַ ניו יאָרקער לאָיער און ערוואַרטעט אָנצוקלאָגן די קאַונטי צו באַקומען די לעצטע צאָלונגען פון קאָנטראַקטאָרס. ער האט אָבער אָפּגעזאָגט, צו דיסקוטירן די דיפערענצן, אָדער צו אידענטיפיצירן די לאיער פירמע.
צווישן די קאָמפּאַניעס וואָס וואַרטן פאַר די לעצטע צאָלונג איז "פּראָו קעב", אַ סאָליווען–קאַונטי ביזנעס וואָס האָט געטאָן האָלץ–אַרבעט אין ווערד פון 1.2 מיליאן דאָלער אין די רעגירונג–צענטער, אַריינגערעכנט די קאַבינעטס, קאַונטערס, מאָולדינגס און פּענעלס אין די געריכט–צימערן און לעגיסלאַטור–קאַמערן. דער דירעקטאָר פון "פּראָו קעב" האָט געזאָגט, אַז די קאַונטי קומט די פירמע אירע 51 טויזענט דאָלער "ריטעינעדזש", אַ סומע וואָס די די קאַונטי קענען צוריקהאַלטן ביז זי באשטעטיגט אַז די אַרבעט איז ריכטיג פאַרענדיגט.
ראָדריגעז באַשטעטיגט אַז די קאַונטי האט צוריקגעהאַלטן 1.8 מיליאָן דאָלער אין אַלע "ריטעינעדזש", וואָס באַטרעפט 5 פּראָצענט פון די 36.3 מיליאָן דאָלער קאָנטראַקט וואָס "ריזאָ קאָרפּ" האָט באַקומען.
ער האָט געזאָגט, אז די קאַונטי איז איינגעמאָלדן געוואָרן די פאַרגאַנגענע וואָך איבער אַ קלאַגע וואָס נעמט אַריין די לאַבי–טיילס און מוז איבערקוקן די קלאַגע–מעלדונג פאַר'ן זאָגן אויב זי האט סיי–וועלכע טענות צו די פלאָרינג.

הוסף רשומת תגובה