אַ בעיבי איז באַהאַנדעלט מיט אַ דרימל און אַ באָטל פאָרמולע און די עלטערן האָבן ערהאַלטן אַן 18 טויזענט דאָלער ביל — אַן "אייבופּראָפן" מיט צוויי מעדיצינישע סטעיפּלס און באקומען א ביל פון 26,998 דאָלער
עס איז שוין ווייט נישט קיין סוד אַז מעדיצינישע באַהאַנדלונג אין אַמעריקע איז שטאַרק איבערגעטריבן. אָבער ווען אַ נייעס–אַגענטור האָט אָנגעהויבן נאָכצוקוקן די פּרייזן, איז זי אויפגעקומען אויף אַ שאָקירנדע פאַקט, אַז עמוירדזשענסי–רום פּאַציענטן קענען באַקומען אַ ביל פון טויזנטער דאָלער אין "טראַומאַ" אָפּצאָלן, אויך אין פאַל ווען זיי זענען בכלל נישט באַהאַנדלט געוואָרן דערפאַר!
אַ טוריסט פון דרום–קאָרעאָ האָט אין 2016 געוויילט אויף וואַקאַציע אין סאַן–פראַנסיסקאָ. אָבער דעם ערשטן צופרי איז
דאָס אַכט-חדשים אַלט קינד פון די דזשעאָנג-וואַן אַראָפּגעפאַלן פון בעט אין די פאַמיליע'ס האָטעל צימער און זיך צעקלאַפּט זיין קאָפּ.
עס איז נישט געקומען קיין בלוט, אָבער די בעיבי איז געווען זייער צוגעלייגט. אַזוי ווי די עלטערן זענען געווען באַזאָרגט אַז ער קען מעגליך האָבן אַן אינערליכע וואונד וואָס זיי קענען נישט זען, האָבן זיי גערופן 911 , און אַן אַמבולאַנס האָבן גענומען די פאַמיליע צו די "זוקערבערג סאַן–פראַנסיסקאָ דזשענעראל האָספּיטעל".
די דאָקטוירים אין די שפּיטאָל האָבן שנעל באַשלאָסן אַז די בעיבי איז אין אָרדענונג, נאָר אַביסל צעקלאַפּט זיין נאָז און שטערן. די בעיבי האָט געהאַט אַ קורצן דרימל אין זיין מוטער'ס שטויס, געטרונקען אַביסל בעיבי–פאָרמולע, און איז אַרויסגעלאזט געוואָרן פון שפּיטאָל עטליכע שעה שפּעטער אָן קיין געזונטהייט פּראָבלעם. די פאַמיליע האָט פאָרגעזעצט זייער וואַקאַציע, און דער אינצידענט איז שנעל פאַרגעסן געוואָרן.
אָבער נישט אויף אייביג. צוויי יאר שפּעטער, איז ענדגילטיג אנגעקומען דער ביל צו זייער היים אין דרום–קאָרעאָ: זיי זענען געווען שולדיג 18,836 דאָלער פאַר די 3 שעה און 22 מינוט שפּיטאָל–וויזיט, וואָס דער עיקר איז געווען פאַר אַ מיסטעריעזע אָפּצאָל פון 15,666 דאָלער מיטן נאָמען "טראַומאַ אַקטיוועישאָן", וואָס איז טיילמאָל באַקאַנט אַלס "אַ טראַומאַ רעקאַציע אָפּצאָל".
די היינטיגע שפּיטאָל בילס אין אַמעריקע זענען אָנגעלייגט מיט מערערע אָפּצאָלן, וואָס פילע דערפון עקזיסטירן אפילו נישט אין אנדערע לענדער: אָפּצאָלן פאַר ציען בלוט, אָפּצאָלן פאַר קאָנטראָלירן די בלוט אָקסידזשען–שטאַפּל מיט אַ הויט אונטערזוכונג, אָפּצאָלן פאַר לייגן אַ גיפּס, אָפּצאָלן פאַר יעדע מינוט וואָס מען ליגט אין די רעקאָווערי–רום.
אָבער פאַקטיש דער צענטראַלער טייל דערפון זענען די "טראַומאַ אָפּצאָלן", הויפּטזעכליך ווייל אָפט באַטרעפן זיי מער ווי 10 טויזענט דאָלער.
א "טראַומאַ אָפּצאָל" איז דער פּרייז וואָס אַ טראַומאַ צענטער רעכנט ווען עס אַקטיוויזירט און נעמט צונויף אַ מאַנשאַפט פון מעדיצינישע פּראָפעסיאָנאַלע דאָקטוירים וועלכע קענען אונטערזוכן אַ פּאַ צ יענט מיט מעגליכע ערנסטע וואונדן אין די עמוירדזשענסי–רומס. דאָס ווערט גערעכנט פאַר די העכסטע שפּיטאָל'ס עמוירדזשענסי–רום דאָקטער אָפּצאָל און פּראָצעדורן, געצייגן, און אינסטאָלאַציע אָפּצאָלן.
עמוירדזשענסי–רו ם בילס ווייזן, אַז "טראַומאַ אָפּצאָלן" זענען טייער — אין אַלגעמיין טויזנטער דאָלער — און זענען אַנדערש אויף אַ ברייטן פאַרנעם פון איין שפּיטאָל צו די אַנדערע.
אין דער פאַרגאַנגענע זעקס חדשים, האָט די נייעס–אַגענטור געזאַמלט מער ווי 1,400 עמוירדזשענסי–רום בילס וואָס זענען אַריינגעשיקט געוואָרן דורך לייענער אין אַלע 50 סטעיטס און וואַשינגטאָן די–סי, אַלס טייל פון אַן אויספאָרשונג אין עמוירדזשענסי–רום בילינג פּראַקטיצירונגען.
די דאָמינירנדע געשיכטע וואָס איז אַרויסגעקומען, איז ווער עס האָט נאָר באַזוכט אַ עמוירדזשענסי–רום זאָל ערוואַרטן: באַהאַנדלונג איז טייער. די אָפּצאָלן זענען דראַסטיש געשטיגן אין די פאַרגאַנגענע 10 יאָר, און ווען העלט–אינשורענס פּלענס באַצאָלן עס נישט, בלייבן איבער די פּאַציענטן מיט שווערע בילס.
לויט "מעדלימילען" — אַ פירמע וואָס העלפט אינשורענס–פירמעס און אַרבעטס–געבער לענגאויס אַמעריקע צו אידענטיפיצירן מעדיצינישע בילינג טעותים — לויפן די אָפּצאָלן פון 1,112 דאָלער אין אַ שפּיטאָל אין מיזורי, צו 50,659 דאָלער אין אַ שפּיטאָל אין קאַליפאָרניע,
די פולשטענדיגע אינפאָרמאַציע פון די "העלט קעיר קאָסט אינסטיטוט" ווייזט, אַז די דורכשניטליכע פּרייז וואָס העלט–אינשורענס האָבן באַצאָלט די שפּיטעלער פאַר טראַומאַ–רעאַקציע (וואָס איז אָפט נידעריגער ווי וואָס די שפּיטאָל רעכנט) איז געווען 3,968 דאָלער אין 2016. אבער שפּיטעלער אין די נידריגסטע 10 פּראָצענט פון פּרייזן האָבן באקומען אַ דורכשניטליכע 725 דאָלער — בשעת שפּיטעלער אין די טיי ע רסטע 10 פּראָצענט זענען באַצאָלט געוואָרן 13,525 דאָלער. דאַטאַ פון "עמינאָ העלט" — אַ העלט–פּרייז טראַנפּעראַנט פירמע — ווייזט דעם זעלבן גאַנג. אין דורכשניט, האָט "מעדיקעיר" באַצאָלט בלויז 957.50 דאָלער פאַר דעם.
לויט "מעדיקעיר" גיידליינס, קען די אָפּצאָל גערעכנט ווערן בלויז ווע ן דער פּאַציענט באקומען מינדעסטנ ס 30 מינוט פון קריטי ש ע באַהאַנדעלט צוגעשטעלט דורך אַ טראַומאַ מאַנשאַפט, אָבער ווי עס שטעלט זיך אַרויס ווערט דאָס נישט נאָכגעפאָלגט דורך די שפּיטעלער ווען זי י בילן פּאַציענטן וועלכע האָבן נישט קיין נישט "מעדיקעיר".
ביז 10 יאָ ר צוריק, האבן אַזעלכע סאָרט אָ פּצאָלן אפילו נישט עקזיסטירט. אבער היינט זענען פילע העלט–אינשורענס פירמעס גרי יט דאָס צו באַצאָלן, טראָצדעם וואָס די פּרייזן זענען פארהאַנדלט געוואָרן מיט די פאַר שפּיטעלער .
טראַומאַ–צענטערן באַהויפּטן, אַז די אָפּצאָלן זענען נויטיג צו קענען טרענירן און אויפהאַלטן אַ גאַנצע רייע פון טראַומאַ דאָקטוירים, פון סוירדזשענס צו אַנעסטידזשלאָגיסטן, ווייל מען האַלט זיי גרייט צו קענען ר ע אַגירן צו מעדיצינישע עמוירדזשענסיס אין אַלע צייטן.
דער וואָט ז אָגער פון "זוקערבערג סאַן–פראַנסיסקאָ דזשענעראל האָספּיטעל" האָט פארטיידיגט די שפּיטאָל'ס אָפּצאָל פון איבער 15,000 דאָלער, כאָטש דזשעאָנג-וואַן האט נישט געד אַ רפט די סערוויסעס.ֿ "מיר זענען די טראַומאַ–צענטער פאַר זייער אַ גרויסע און אַ זייער געדיכט–באַוואוינטע געגנט. מיר האַנדלען מיט אַזויפיל טראַומאַס אין די שטאָט — קאַר–עקסידענטן, מערערע אויטאָמאָביל צוזאַמענשטויסן, און אַנדערע סאָרט אומגליק, און עס איז טייער זיך צו צוגרייטן פאַר דעם", האָט ער געזאָגט.
עקספּערטן וועלכע האָבן שטודירט די "טראַומאַ אָפּצאָלן" זאָגן, אַז עס איז דאָ קליינע לאָגיק אונטער דעם וויאַזוי געוויסע שפּיטעלער רעכענען דעם אָפּצאָל און ווען דאָס ווערט אַ רויסגעשיקט . אָבער ווי פאַרשטדענליך האָבן די באַשלוסן ריזיגע פינאַנציעלע אימפּליקאַציעס.
אין אַן אַנדערן פאַל, האָט אַ 30 –יעיגע נוירס זיך צעבראָכן דעם פיס – קנעכל דעם פאַרגאַנגענעם יאַנואַר, און איז אויסגעשטאַנען אַ ביל פון דאָלער 31,250 .
די נויר ס איז געפיר ט געוואָרן צו די "סאַן–פראַנסיסקאָ דזשענעראל האָספּיטעל" מיט אַן אַמבולאַנס, וואו מען האָט אויסגעדרייט איר פיס זייטיג, און זי האָט באַקומען מוירפין צו באַרואיגן די שמערצן. אין שפיטאָל איז די נוירס אונטערזוכט געוואָרן דורך אַן עמוירדזשענסי דאָקטער וועלכער האָט איר געשיקט פאַר אַן עמוירדזשענסי אָפּעראַציע. דעם פאָלגענדן טאָג האָט מען איר אַרויסגעשריבן פון שפּיטאָל.
די שפּיטאָל האָט גערעכנט די נוירס 15,666 דאָלער אַלס טראַומאַ–רעאַקציע אָפּצאָל, אַ טייל פון איר 113,336 דאָלער ביל. איר העלט–אינשורענס האָט באַשלאָסן אַז דער שפּיטאָל אָפּצאָל פאַר דעם איינעם טאָג אויפהאַלט איז צו הויך, און נאָך פאַרהאַנדעלונגען האָט די פירמע איינגעשטימט צו צאָלן בלויז אַן אָפּצאָל וואָס קוקט אויס צו זיין פאַרשטענדליך. דערנאָך האָט די שפּיטאָל פארלאַנגט פון די נוירס נאָך 31,250 דאָלער!
טראַומאַ–רעאַקציע אָפּצאָלן זענען צו ערשט באַשטעטיגט געוואָ רן דורך די "נעשאָנעל יוניפאָרם בילינג קאָמיטי" אין יאַנואַר 0 2 ', נאָך אַ שטופּ דורך אַ "נעשאָנעל טראַומאַ קאָנסאָלטינג" פירמע וועלכע האָט באַהויפּטעט, אַז די הויכע קאָסטן פון רעקרוטירן אַ טראַומאַ מאַנשאַפט וואָס זאָל זיין גרייט צו יעדע צייט, דראָעט צו פאַרשליסן טראַומאַ–צענטערן לענגאויס דאָס לאַנד.
טראַומאַ–צענטערן דאַרפן אַ ספּעציעלע סערטיפיקאַציע צו צושטעלן עמוירדזשענסי באַהאַנדלונג פאַר פּאַציענטן וועלכע ליידן פון זייער ערנסטע וואונדן וואס זענען צופיל פאַר אַ רעגולערע עמוירדזשענסי–דעפּאַרטמענט.
טראַומאַ מאַנשאַפטן ווערן אַקטיוויזירט דורך אַמבולאַנסן וועלכע שיקן אַריין אַ זענדונג צו די שפּיטאָל זיי איינצומעלדן אַז זיי קומען מיט אַ טראַומאַ פּאַציענט. דער דאָקטער אָדער נוירס וואָס באקומט דעם רוף, וועט דעמאָלט באַשליסן צי עס איז נויטיג אַ פולע אָדער אַ טיילווייזע טראַומאַ–מאַנשאַפט, וואָס אַפעקטירט די פאַרשידענע אָפּצאָלן.
די 15,666 דאָלער וואָס די נוירס איז גערעכנט געוואָרן איז די נידריגע–שטאַפּל טראַומאַ–רעאַקציע אָפּצאָל פון די "סאַן–פראַנסיסקאָ דזשענעראל האָספּיטעל". דער הויכע–שטאַפּל רעאַקציע אָפּצאָל ביי וועלכן דער טראַומאַ–כירורג ווערט אַריינגערופן, איז 30,206 דאָלער. די שפּיטאָל האָט נישט צוגעשטעלט אַ 'ברעיקדאַון' וויאַזוי די אָפּצאָלן ווערן אויסגערעכנט.
צום באַדויערן, האָבן רעגולאַטאָרן ווייניג איינפלוס וויפיל עס ווערט גערעכנט אין נישט "מעדיקעיר" און סטעיט–שפּיטעלער. און אין פּאָבליק–שפּיטעלער קענען אַזעלכע אָפּצאָלן זיין אַ וועג צו באַלאנסירן רעגירונג–בודזשעטן. די 30,206 דאָלער הויכע–שטאַפּל טראַומאַ –רעאַקציע אָפּצאָל אין "סאַן–פראַנסיסקאָ דזשענעראל האָ ספּיטעל", וואָס איז געשטיגן מיט אַרום 2,000 דאָלער דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, איז באַשטעטיגט געוואָרן דורך די סאַן–פראַנסיסקאָ באָורד–אָוו–סופּערווייזאָרס.
געוויסע פּאַציענטן פרעגן צי זייערע באַזונדערע פאַלן האָט בכלל געזאָלט אַרייננעמען אַ טראַומאַ–אָפּצאָל, און עקספּערטן שפּעקולירן אַז זיי זענען באַרעכטיגט אַזוי צו טאָן.
אַן 28 –יעריגער איינוואוינער פון קאַליפאָרניע, איז גערעכנט געוואָרן 22,550 דאָלער אַלס אַ טראַומאַ–רעאַקציע אָפּצאָל פאַר זיין וויזיט דעם פאַרגאנגענעם יאַנואַר אין די "קווין אָוו די וועלי מעדיקל צענטער" אין נעפּע, קאַליפאָרניע.
אַן אַמבולאַנס האָט אים געברענגט צו די לעוועל– 3 טראַומאַ צענטער נאָך אַ קליינעם מאָטאָרביציקל עקסידענט ווען ער האָט זיך צו שנעל איינגעדרייט, און איז אַראָפּגעפאַלן דערפון. רעקאָרדס ווייזן, אַז ער איז געווען וואַך מיט נאָרמאַלע צייכענס דורכאויס די פיר-מייל אַמבולאַנס–ריידע, און אַז די אַמבולאַנס שטאַב האָט אַלאַרמירט דעם שפּיטאָל אַז דער אָנקומענדיגער פּאַציענט האט טראַומאַ וואונדן.
ער איז געווען אין די שפּיטאָל בלויז אַרום האַלבע אַ שעה פאַר אַ מינדערוויכטיגן שניט אויף זיין קאָפּ, און ער האט אפילו נישט געדאַרפט עקסרעיס, קעטס–סקענס, אָדער אַ בלוט–טעסט. "די איינציגסטע זאַך וואָס איך האָב באקומען איז געווען, "אייבופּראָפן" צוויי מעדיצינישע סטעיפּלס און אַ 'סעליין' איינשפּריץ. דאָס זענען די איינציגסטע סערוויסעס וואָס זענען געגעבן געוואָרן. איך בין געוון באַוואוסטזיניג און קלאָר ביים זינען פאַר די גאנצע צייט", האט ער געזאגט.
אָבער וויבאַלד די אַמבולאַנס–מעדיקס האָבן גערופן פאַר אַ טראַומאַ מאַנשאַפט, האָט די טאָטאַלע פּרייז פאַר'ן וויזיט דערגרייכט צו 26,998 דאָלער, און די גרעסטע מערהייט דערפון איז געווען די 22,550 דאָלער טראַומאַ–רעאַקציע אָפּצאָל.
דער וואָטזאָגער פון "וועלי מעדיקל צענטער" האָט פאַרטיידיגט דעם אָפּצאָל, זאָגענדיג אַז "טראַומאַ מאַנשאַפט אַקטיוויזירונג מיינט נישט אַז יעדער פּאַציענט וועט זען אַ טראַומאַ כירורג, נאָר דאָס ערמעגליכט אַ מאַנשאַפט פון מעדיצינישע פאַכלייט וועלכע שאַצן אָפּ און באַהאנדלען אַ טראַומאַ פּאַציענט געוואָנדן לויט'ן נויט און שאָדן פון די פּאַציענט".
דאָקטער דעניעל מאַרגוליעס, אַ טראַומאַ–סוירדזשען אין "סידערס-סייניי" אין לאָס אנדזשעלעס — און פאָרזיצער פון די "אַמעריקען קאַלעדזש אָוו סוירדזשענס קאָמיטי אָן טראַומאַ סענטער וועריפיקעישאַן ענד ריוויו" — זאָגט, אַז די גיידליינס פאַר טראַומאַ–אַקטיוויזירונג זענען ברייט געשריבן אויף ציל צו מאַכן זיכער אַז זיי פאַרפירן נישט קיין עמוירדזשענסיס, וואָס אויב נישט קען דאָס אומברענגען פּאַציענטן, ווי צום ביישפּיל, קענען אינערליכע וואונדן זיין שווער צו דיאַגנאָזירן אויפ'ן פּלאַץ ביי אַן עקסידענט.
אַמבולאַנס–מעדיקס ה אָבן אַ טעות ביים זיין פאָרזיכטיג, ווען זיי רופן אַריין פאַר טראַומאַ פּאַציענטן אויסצומיידן צו פאַרפּאסן אַ ריכטיגע עמוירדזשענסי. לויט דעם "אַמעריקען קאַלעדזש אָוו סוי ר דזשענס", איז עס אַקצעפּטירבאַר פאַר זייער "איבערשאַצונג", ביים אַריינרופן די טראַומאַ מאַנשאַפט פאַר די 25-35 פּראָצענט פּאַציענטן וועלכע מוז עס ענדגילטיג נישט האָבן.
אָבער די לאָגיג לאָזט איבער די פּאַציענטן אין די 3 דערמאַנטע פאַלן מיט צענדליגער טויזנטער אין פּאָטענציעלע חובות פאַר באַהאַנדלונג וואָס זיי האָבן נישט געבעטן אָדער זיך גענויטיגט דערין, אַ באַהאַנדלונג וואָס איז פאַראָרדענט געוואָרן צוליב אַ ברייטע פאָרזיכטיגקייט — אַ רוף דורך אַן אַמבולאַנס–אַרבעטער, אַ נוירס, אָדער אַ דאָקטער — באזירט אויף קנאַפּע אינפאָרמאַציע וואָס זיי האָבן באַקומען דורכ'ן טעלעפאָן.
ווי דערמאנט אין אָנהויב, איז די דזשעאָנג-וואַן בעיבי געפאַלן דריי פיס פון אַ האָטעל בעט אויף אַ פּאָדלאָגאָ וואָס האָט געהאַט קאַרפּעט, ווען זיין נערוועזע עלטערן האָבן גערופן אַן אַמבולאַנס. לויט ווי עס ווייזן די אַמבולאַנס רעקאָרדס, ווען די אַמבולאַנס איז אָנגעקומען איז די בעיבי געקראָכן אויפ'ן בעט, און עס האָט נישט אויסגעזען אַז ער איז אומרואיג. די אַמבולאַנס–מעדיקס האָבן אַריינגערופן "סאַן–פראַנסיסקאָ דזשענעראל האָספּיטעל", און נאָך אַ באַראַטונג מיט אַ דאָקטער האָבן זיי טראַנספּאָרטירט דאָס קינד אַלס אַ טראַומאַ פּאַציענט, ווארשיינליך צוליב זיין יונגן עלטער. אין די שפּיטאָל, איז דזשעאָנג-וואַן שנעל אונטערזוכט געוואָרן דורך אַ נוירס און געשיקט צו די עמורוירדזשענסי–דעפּאַרטמענט.
די פאַמיליע דערציילט, אז זיי זענען באַגריסט געוואָרן דורך 9 אָדער 10 דאָקטוירים אין די שפּיטאָל, אָבער לויט "מעדלימילען" וועלכע האָט איבערגעקוקט דעם קעיס, ווערט בכלל נישט דערמאַנט אין די בעיבי'ס מעדיצינישע רעקאָרדס פון דעם וויזיט, אַז עס איז אָנוועזנד געווען אַ טראַומאַ–מאַנשאַפט. די בעיבי האָט געהאַט קיין צייכענס פון גרויסע וואונדן, און עס האָט זיך נישט פאַרלאַנגט קיין קריטישע באַהאַנדלונג. פינף מינוט שפּעטער, איז די פאַמיליע טראַנספערירט געוואָרן צו אַן עקזאַמינעישאָן–רום פאַר אָבסערוואַציע איידער זיי זענען אַרויסגעלאזט געוואָרן מיט עטליכע שעה שפּעטער.
"מעדלימילען" זאָגט, אז זי וועט באַקעמפן די 15,666 דאָלער טראַומאַ–רעאַקציע אָפּצאָל וויבאַלד עס צייגט נישט אז די פאַמיליע האָט באַקומען 30 מינוט פון קריטישע באַהאַנדלונג פון אַ טראַומאַ מאַנשאַפט.
די דזשעאָנג-וואַן פאַמיליע האָט דערווייל אַ פּאַציענט אַדוואָקאַט וואָס פּרובירט צו פאַרהאַנדלען דעם ביל מיט די שפּיטאָל. די פאַמיליע איז באזאָרגט, אַז דער מעדיצינישער חוב קען זיי פאַרמיידן פון באַקומען אַ וויזע צו באַזוכן ניו יאָרק און שיקאַגאָ, וואָס זיי האָפן צו טאָן אין די קומענדיגע עטליכע יאָר.
דזשעאָנג-וואַן זאָגט, אַז זייער ערפאַרונג מיט די אַמעריקאַנער העלט–קעיר סיסטעם און אירע אָפּצאָלן איז געווען שאָקירנד. "מיר גלייכן די אַמעריקע, אבער דער העלט–קעיר סיסטעם אין אַמעריקע איז געווען זייער שלעכט".

*

הוסף רשומת תגובה