הערט און שטוינט וואס פארא מעשה וואב א איד האט געהאט נעכטן אין בארא פארק אויף 18'טע עוועניו!

דער איד האט גע'פּאַרק'ד זיין קאר, און האט פלוצלינג געהערט א זעץ פון אונטן ווען ער האט אריינגעבעק'ד אינעם ספאט. ער האט באמערקט אויף די בעק-אָפּ קאמערא ווי א גוי ליגט אויף דער ערד. ער איז ארויסגילאפן פונעם קאר, און דער גוי זאגט אים איידעלערהייט "דאנט ווארי, איטס אקעי"... "לעט מי סיט אין יור קאר, איי וויל בי פיין". נו וועלכע איד וועט נישט זיין א מכניס אורח? האט ער אים געלאזט זיצן אין זיין קאר פאר עטליכע מינוט. 

זיצענדיג אין די קאר, הייבט ער אן צו זאגן אז ער וויל נישט רופן די פאליציי, ווייל די אינשורענס וועט ארויפגיין. אבער פארט "אפשר קויפסטו מיר א נייע בייק?" א מינוט דערויף, ווען ער באמערקט אז דער איד אי ענפינדלעך צו אים, הייבט ער אן בעטן 500 דאלער. דער איד האט דאן געכאפט אז דער איז דער באקאנטער גנב וואס אידישע נייעס האט פארעפנטליכט אז ער טוט דאס מיט יעדן איינעם.

דער איד האט זיך גענומען מאכן קולות אויף דעם שגץ, און אים געסטראשעט אז ער גייט אים ארעסטירן, אז דער ערל איז אנטלאפן מיט זיין לעבן.

דער איד האט גערופן אײנעם פון יענע גאס, אז ער זאל ארויסגיין קוקן צו דער גוי האט גערופן אן אמבולאנס. זאגט באמערקט יענער אז דער גנב איז גלייך געגאנגען מאכן דעם זעלבן שפיל מיט אן אומשולדיגע גוי!

ביטע פארווארד'ן מיטן לינק, למען ישמעו ולמען ילמדו.

בילד

זעהט די ארגינאלע ארטיקל און ווידעאס דא

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל