וואשינגטאן - סייענטיסטן האבן אנדעקט א נייער מעטאד וואס וועט ערזעצן די ביז-איצטיגע אומאיינגענעמע פרעצעדור פון "רוט-קאנאלן און פילינגס".

רוב מענטשן וואלטן זיך זייער נישט געוואלט טרעפן זיצן אויפ'ן אומבאקוועמע דענטיסט-שטול... א פרעצעדור וואס ברענגט מיט זיך פיין און אומאיינגענעמליכקייטן, איבערהויפט ווען מען דארף דורכגיין א "פילינג" אדער א "רוט-קאנאל". לויט עקספערטן האלטן זיך מענטשן צוריק פון באהאנדלען זייערע ציינער צוליב די ענקזייעטי וואס אזא ערפארונג ברענגט מיט זיך, און ווי זיי זאגן וועלן א דריטל אמעריקאנער איבערהיפן זייערע דענטיסט אפוינטמענט'ס צוליב שרעק; אבער מיט דער נייער ערפינדונג וועלן די סארט דענטעל-באהאנדלונגען בקרוב ווערן א טייל פון היסטאריע.

סייענטיסטן ביי די "וואשינגטאן יוניווערזיטעט" (UW), האבן אהערגעשטעלט א נייע פראדוקט וואס זיי באצייכענען אלס אן "איזי-טו-אפליי", און עס וועט באהאנדלען לעכער אין די ציינער אן קיין אפעראציע. דער שטודיע איז פאבלוצירט געווארן אין די "זשורנאל עי. בי. סי. ביא-מאטיריעל'ס, אוו סייענסט און אינדזשענירונג", און איז ווארעם באגריסט געווארן דורך "דענטעל עקספערטן" און איבערהויפט ביים פשוט'ן המון.

די מענטשליכע קערפער פראדוצירט געוויסע נאטורליכע "פראטינען" וואס געבן ארויס אירע אייגענע "אמינא-עסיד'ס", און עס פראדוצירט מינעראלן וואס שטארקט די קרוין פון די ציינער. דער פראדוקט וועט פארמאגען אין זיך די סארט מינעראלן וואס בויען די ציינער, א דערגרייכונג וואס וועט פיל פארלייכטערן פאר פאציענטן וואס נויטיגען זיך אין "פילינגס" אדער "רוט-קאנאלן".

וויסנשאפטלער זאגן, אז דער נייער פראדוקט איז 100 פראצענט נאטורליך, און עס וועט קענען גענוצט ווערן פאר קינדער און עארוואקסענע, אין נאנטן צוקונפט. די גוטע נייעס איז, אז מען וועט קענען באקומען דער פראדוקט אווער-דע-קאונטער, דאס מיינט אז איינמאל דער פראדוקט ווערט פולשטענדיג אנטוויקלט און באשטעטיגט, וועט עס קענען אריינגעשטעלט ווערן אין "טוט-פעיס", אדער דזשעלס, און דער מענטש וועט עס קענען אליינס נוצן צו שטארקן, בויען, און פאררעכטן די ציינער, און דורכדעם אויסמיידן די ווייטאגליכע רוט-קאנאל פרעצעדורן .

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל