מאנהעטן – אין א איבערראשנדע שריט האט דער "ניו יארק סיטי פאבליק שפיטאל סיסטעם" געמאלדן אז זי האט עלימינירט 35 צענטראלע אדמיניסטראטיווע פאזיציעס אין עטליכע שפיטעלער איבער ניו יארק סיטי כדי צו שפארן $4.5 מיליאן דאלאר אין זייער יערליכן בודזשעט.
מיטשעל כ"ץ, דער פרעזידענט פון "ניו יארק סיטי העלט ענד האספיטאלס", האט אין א סטעיטמענט געגעבן צו פארשטיין אז כדי ער זאל קענען אויספירן זיינע הויפט פריאריטעטן וואס רעכנט אריין – אויסברייטערן פריימערי קעיר, פארבעסערן צוטריט צו צענטערן וועלכע האבן מעדיצינישע ספעציאליסטן, האט זיך פארלאנגט אונטערצונעמען דער אומאיינגענעמע שריט כדי צו שניידן פון אדמיניסטראטיווע אויסגאבן און ליבערשט קאנצענטרירן די געלטער פאר בעסערע און געזונטערע העלט-קעיר.
אין די זעלבע צייט האבן זיי געמאלדן אז ערנסטע שריט ווערט אינטערגענומען צו פארבעסערן דאס צוזאמקלויבן אנגעזאמעלטע געלטער וואס פאציענטן זענען שולדיג געבליבן, און צו העלפן פאציענטן זיך איינהאנדלען אינשורענס, און דאס וועט האפענטליך פארגרינגערן דעם שווערן פינאנציעלן לאסט.

הוסף רשומת תגובה