וועט צוזאמברענגען מעדיצינישע עקספערטן אונטער איין דאך
מאנהעטן – דער מאונט סיני שפיטאל סיסטעם האט געמאלדן, אז זי גרייטן זיך עפענען איר צווייטע 'רעספירעטאריע באהאנדלונג צענטער' אין מאנהעטן, און א שותפות מיט דער וועלט בארימטע "נעשענעל דזשואיש העלט אינסטעטוט", וואס וועט ברענגען א שטאקע נוצן און די בעסטע רעזולטאטן פאר אירע פאציענטן.
"מאונט סיני העלט סיסטעם" האט געשלאסן א שותפות מיט די "נעשענעל דזשואיש העלט" איסטעטוט, (א אינסטעטוט וועלכע ארבעט אויף מעדיצינישע ערפונדונגען פאר די לעצטע 119 יאר) מיטן ציל אהערצושטעלן די בעסטע סערוויסעס פאר פאציענטן מיט רעספירעטארי-פראבלעמען.
דער נייער צענטער וועט געעפנט ווערן אויף "יוניאן-סקווער, איסט", אין מאנהעטן און עס וועט זיין א 'סטעיט-אוו-די-ארט' געביידע, אויסגעשטאטעט מיט העכסט-פראפעסיאנאלע טעכנאלאגישע אפאראטן צו באהאנדלען אירע פאציענטן אויפן בעסטן פארנעם.
דער געביידע איז דורכגעגאנגען א $3.6 מיליאן רענאוואציע, וואו עס איז אינסטאלירט געווארן די נייעסטע איינריכטונגען צו קענען באהאנדלען פאציענטן וועלכע ליידן פון מערערע אטעמען פראבלעם ווי אסטמא, און כראנישע לונגען פראבלעמען.
דער נייער יוניאן סקווער צענטער וועט אנטהאלטן הארץ ספעציאליסטן, און נאך פארשידענע אנדערע עקספערטן וועלכע וועלן ברענגען פרישע געדאנקן און מעגליכקייטן פאר אירע פאציענטן.
מאונט סיני שפיטאל באאמטע דרוקן אויס האפענונג אז דער נייער צענטער וועט ברענגען פאזעטיווע רעזולטאטן, וויבאלד אין געווענליכע שפיטעלער, אויב נויטיגט מען זיך אין א געוויסע מעדיצינישע עקספערט דארף מען געווענליך ווארטן א וויילע וויבאלד דער ספעציפישער דאקטער פארמאגט זיין אייגענע אפגעזונדערטע אפיס, וואס קען זיך געפונען עטליכע גאסן אפגערוקט פונעם שפיטאל, אבער אין דער נייער צענטער וועט מען צוזאמברענגען אונטער איין דאך פארשידענע ערליי עקספערטן וואס וועלן קענע קאמוניקירן צווישן זיך, און פאסן די ריכטיגע באשלאסן און דיאגנאזן אויפ'ן פלאץ, גענוג צייטליך.

הוסף רשומת תגובה