עזה. – אן ערנסטער שבת פון טעראר איז אריבער אויף מדינת ישראל, ווען כאמאס טעראריסטן האבן געשאסן איבער 200 ראקעטן אויף מדינת ישראל. 170 פון די ראקעטן האבן געלאנדעט אויף פרייע פעלדער און נישט געברענגט קיין שום שאדנס בחסדי ה', אבער עטליכע האבן יא געלאנדעט אין באוואוינטע געגנטער.
צווישן די ראקעטן וואס האבן געלאנדעט אויף צילן אין ארץ ישראל, איז געווען איין ראקעט אויף א הויז אין שדרות, וואו א טאטע, מאמע און צוויי טעכטער זענען פארוואונדעט געווארן פון שראפנעל און אפגעפירט געווארן אין דער ברזיליה שפיטאל. נאך א ראקעט האט געלאנדעט אין שדרות נעבן א בית המדרש, אבער עס האט נישט געברענגט קיין שאדנס און קיין פארוואונדעטע.
אין רעאקציע צו די מאסיווע ראקעטן אטאקעס, האט דאס מדינת ישראל מיליטער באמבארדירט כאמאס צילן, אריינגערעכנט דאס פארניכטן צוויי נייע כאמאס טעראר טונעלן, אבער עגיפטן האט זיך שנעל אריינגעמישט און אויסגעהאמערט א שטילשטאנד אפמאך, וועלכע איז נעכטן מוצאי שבת אריין אין אפעקט.
כלל ישראל איבער דער וועלט קוקט זיך צו מיט זארג צו די אנטוויקלונגען, און מען איז מתפלל אז די פרישע כוואליע פון ראקעטן און באמבארדירונגען – וואס איז ליידער א דירעקטע תוצאה פון די ציוניסטישע רייצענישן און שריט קעגן די אראבער – זאלן נישט קאסטן קיין שום אידישע נפשות.

הוסף רשומת תגובה