איסלאמאבאד – א זעלבסטמארד באמבארדירער האט אומגעברענגט 128 מענטשן, ביי א גרויסע עלעקשאן ראלי וועלכע איז פארגעקומען פרייטאג אין דרום-מערב פאקיסטאן. דאס לאנד גרייט זיך אפצוהאלטן וויכטיגע וואלן קומענדיגע וואך, און פארשידענע עקסטרעמיסטישע איסלאמישע פארטייען, אין צוזאמענארבעט מיט טעראר גרופעס, ארבעטן העפטיג איבערצושרעקן די מאסן נישט ארויסצוקומען שטימען, אזוי אז די מער-סעקולערע און דעמאקראטישע קאנדידאטן זאלן פארלירן. דער דערמאנטער אויפרייס, איז אייגנטליך געווען די צווייטע אין א סעריע אטאקעס אויף פאליטישע ראליס וואס האבן פאסירט פרייטאג, און די אייסיס טעראר גרופע האט אין א סטעיטמענט גענומען פאראנטווארטליכקייט.
הוסף רשומת תגובה