לאנדאן – די בריטישע פאליציי האט געמאלדן, אז זיי האבן געטראפן א קליין פלעשל פון די רוסיש-פאבריצירטע נאוויטשאק סם, אינעם היים פון טשארלי ראולי, דער מאן פון דעם פארפאלק וועלכע איז פאר'סמ'ט און קראנק געווארן מיט נאוויטשאק סימפטאמען עטליכע וואכן צוריק. דאס האט געברענגט עטוואס בארואיגונג, ווייל אצינד ווייסט מען אז די פאר'סמ'ונג איז געקומען פונעם פלעשל, און נישט פון א פארבליבן-פאר'סמ'ט ארט פון דער פארפעסטיגונג פונעם שפיאן סערגעי סקריפאל עטליכע מאנאטן צוריק. אבער ווי די פאליציי זאגט, בלייבן פארשלאסן אלע אפגעשפארטע ערטער, און אויך ארבעטן זיי נאך צו דערגיין וויאזוי דאס פלעשל נאוויטשאק סם איז אנגעקומען צום היים פון ראולי, וועלכער געפינט זיך נאך אין שפיטאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל