וואשינגטאן – אין די קומענדיגע טעג גייט אריינגיין א ניי געזעץ אין קראפט, אז אויב איז מען שולדיג צופיל פעדעראלע שטייערן, וועט מען נישט קענען באקומען קיין פאספארט. דאס געזעץ איז באשטעטיגט געווארן דורך קאנגרעס אין יאר 2015, אלס א מיטל וויאזוי צו צווינגען און דרוקן אמעריקאנער בירגער צו באצאלן זייערע גרויסע שטייער בילס. די פעדעראלע רעגירונג זאגט, אז עס וועט אפעקטירן אזעלכע שטייערצאלער וואס זענען שולדיג פון 51 טויזנט דאלאר און העכער, וואס לויט די רעגירונג, זענען יעצט דא 360,000 אמעריקאנער בירגער וואס זענען שולדיג אזויפיל שטייער, און זיי וועלן אויסשטיין ערנסטע פראבלעמען ביים באקומען א נייעם פאספארט, אדער ביים פרובירן נוצן זייער ביז יעצטיגן פאספארט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל