די פעדעראלע רעגירונג זאגט, אז זי וועט פון יעצט און ווייטער אייביג נוצן "די ען עי" טעסטס, ווען עס קומט צו פאמיליעס וואס קומען אריבער די מעקסיקא-אמעריקע גרעניץ אומלעגאל, צו דערגיין צי פאמיליעס זענען טאקע פאמיליעס, אדער סתם שמוגלערס וואס שמוגלען אריבער קינדער. די אויסברייטערונג פון דער "די ען עי" טעסט באנוץ, קומט נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט באשלאסן, אז זי וועט עס נוצן צו קענען שנעלער פאראייניגן די אפגעטיילטע קינדער און זייערע עלטערן, וועלכע זענען אפגעטיילט געווארן אונטער דער "זירא טאלערענס" פאליסי. אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע האט מען אויך צומאל גענוצט "די ען עי" טעסטס פאר אימיגראנטן פאמיליעס, אבער זייער זעלטן.
הוסף רשומת תגובה