ניו יארק – דער רעפובליקאנער ניו יארק קאנגרעסמאן דען דאנאווען האט געשיקט א פארלאנג צו די פעדעראלע אויטאריטעטן, צו זען וויאזוי מען קען פארשטארקערן זיכערהייט מאסנאמען ביי דער סטעטשו אוו ליבערטי. קאנגרעסמאן דאנאווען'ס פארלאנג, וואס ער האט געשיקט אין א בריוו צום פעדעראלן אינערן סעקרעטאר רייען זינקי, קומט נאכדעם וואס אן אנטי-טראמפ פראטעסטירער האט באוויזן אומגעשטערט ארויפצוקריכן אויף דער סטאטוע, שאפנדיג אן ערנסטע זיכערהייט ריזיקע, וואס האט געברענגט די פאליציי צו עוואקואירן דעם גאנצן "עליס איילאנד" אינזל. קאנגרעסמאן דאנאווען שרייבט, אז דער אינצידענט האט געצייגט, ווי גרינג עס איז פאר בייזוויליגע פארשוינען צו טאן וואס זיי ווילן ביי דער סטאטוע, און עפעס מוז מען איינשטעלן בעסערע זיכערהייט מאסנאמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל