וואשינגטאן – פרייטאג איז ארויסגעקומען א פרישע דזשאבס באריכט, און עס צייגט אז אינעם מאנאט יוני זענען צוגעקומען 213,000 דזשאבס אין אמעריקע – א גאר גוטער ציפער און פיל מער ווי מען האט געהאט דערווארט, נאכדעם וואס עקאנאמיסטן האבן געשאצט אז עס זענען צוגעקומען בלויז 195,000 דזשאבס. דער ציפער ארבעטסלאזע אין לאנד, איז געשטיגן פון 3.8 פראצענט צו 4 פראצענט, וויבאלד מער ארבעטסלאזע אמעריקאנער האבן זיך פאקטיש רעגיסטרירט אלס ארבעטסלאז און אנגעהויבן זוכן דזשאבס, וואס איז אויך א גוטער צייכן, אז עס זענען פארהאן פילע אפענע פאזיציעס. אויסער דעם זענען געהעלטער געשטיגן מיט 2.7 פראצענט פון אנהייב יאר ביז ענדע יוני.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל